top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע דינער קשר אחד לטובת איחוד מוסדות באבוב 45 פארגעקומען אין שטאט מאנסי

  • 12 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום

דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי וואו דער רבי שליט"א האט באשיינט די יערליכע דינער "קשר אחד" לטובת איחוד מוסדות באבוב-45 אין בארא פארק.


די מסיבה ווערט פארופן דורך הנגיד ר' יחזקי' שאהנבערגער הי"ו וואס פלעגט יאר יערליך צושטעלן די מסיבה אין זיין שטוב און צוליב די ריבוי עם איז די מסיבה אין די לעצטערע יארן אריבערגעפירט געווארן צו א זאל.


די היי יעריגע דינער איז פארגעקומען אין די פראכטפולע תפארת עלקא זאל וואו עס זענען געווען פארזאמלט די חסידים תושבי העיר. דער יושב ראש איז געווען דער באגאבטער רעדנער הרב ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכער האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט מיט זיינע דברי פי חכם חן.


אנהויב פונעם מעמד האט הרב בן ציון יוסף ריינהאלד מנכ"ל פון די פאנדרעיזינג אפיסעס אויפגעטראטן און איבערגעגעבען א באריכט איבער די גרויסע הצלחה פון די מוסדות און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי צבי הירש ראבינאוויטש שליט"א אבד"ק באבוב 45 מאנסי. צום שלוס האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די חסידים און דאן איז די גאנצע ציבור אריבער אל מול פני הקודש מיט די קבלות און התחייבות'ער פאר די מוסדות פון 1200 דאללער און ארויף, און דער רבי שליט"א האט יעדן געוואונטשן מברכותיו הטהורות.



תגובות


bottom of page