top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע יום הקדוש אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

לפני 6 שעות
זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

א געהויבענע יום הקדוש איז אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט קרית יואל, זייענדיג די דריטע יאר וואס דער רבי שליט"א קומט ארויס וויילן אויף קרית יואל אינעם הייליגסטן טאג פון יאר בקרב עדת צאן מרעיתו אינעם קריה נאמנה.


ערב יום הקדוש נאך תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום שטאט קרית יואל, תיכף ביים אנקום איז דער רבי צוגעפארן צום אכסניא אין שטוב פונעם ראש הקהל הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער שליט"א.


ארום 2:00 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין בית המדרש הגדול צום 'ערב יום כיפור טיש' וועלכע איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבענקייט און ערנסטקייט.


נאכן עריכת שולחן הטהור איז דער רבי שליט"א אריין אין בית הוראה ווי שווערע הונדערטער אידן זענען אריבער דעם רבי'ן מקבל צו זיין ברכת הקודש לקראת יום הקדוש הממשמש ובא, אבער ווען די זייגער האט שוין געקלאפט קרוב צו 4:00 נאכמיטאג האבן די גבאים געמוזט אפשטעלן דעם ציבור מחמת חוסר הזמן. און ארום 4:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש הגדול צו תפלת מנחה.


נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד תפלה למשה וואו דער רבי איז געווארן אפגעווארט דורך דעם בונה ומקים הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' אברהם יהודה גאלדבערגער הי"ו.


בכניסת ליל הקדוש ארום 7:20 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש הגדול מלובש מיטן טלית פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, דער היכל הגדול איז געווען איבערגעפאקט מקצה אל הקצה, באזונדער האט זיך אנגעזען די היי יעריגע פארמערטע זיץ פלעצער אינעם היכל האדיר, ובפרט ביי די נייע אויפגעשטעלטע גאלעריע לענגאויס די גאנצע דרום זייט פון בית המדרש מיט פרישע 200 זיצן.


דער רבי שליט"א איז ארויף אויפן ארון הקודש, און געזאגט א תפלה חרישה, און דערנאך זיך אויסגעדרייעט פניו כלפי העם, און אנגעהויבן די פלאמפייערדיגע "כל נדרי דרשה", צווישן אנדערע האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער די אבידות וואס די קהילה האט פארלוירן היי יאר, ספעציעל די פטירות פון צוויי חשובע אידן מפארי הקהילה וועלכע זענען פלוצלים אוועקגעריסן געווארן, און מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים.


דערנאך האט דער רבי שליט"א דערמאנט די ביטערע גזירת הגיוס אין ארה"ק, פירצות לגבי צניעות בנשים, פגעי הטעכנלאגיע, שידוכים וואס אידן מוטשען זיך ליידער, און דערביי אויסגעפירט מיט ברכות לרוב לכל הקהל הקודש. דער רבי איז דערנאך ארומגעגאנגען דעם גאנצן ביהמ"ד און אריין אינעם צוגעלייגטן פליגל מיטן ספר תורה פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע וואס איז געברענגט געווארן פון וויליאמסבורג אויף יום הקדוש, און דאם פארגעדאווענט כל נדרי און מעריב בהתעוררות רב.


נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש און אנגעוואונטשן א גוט יום טוב לכל הקהל הקודש. דערנאך האט מען געעפנט די ארון הקודש, ווי עס איז געליגן די צאנזער ספר תורה וואו דער ריזן ציבור האלפים האט זיך געשלענגלט אין לאנגע רייעס אריבערצוגיין געבן א קיש פארן הייליגן ספר תורה.


יום הקדוש אינדערפרי האט פארגעדאווענט תפלת שחרית דעם רבינ'ס זון הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המוספין פארדאווענענדיג בהתעוררות רב, און אנקומענדיג צו די ווערטער 'ובקרב פזורינו מבין הגוים' האט דער רבי אויסגעבראכן אין א געוויין, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א געוואלדיגע התעוררות.


דערנאך ביי די פיוט 'ובכן צדיקים יראו וישמחו' האט דער רבי געקלאטשט מיט די הענט און זיך געהויבן טפחיים למעלה יותר מן הרגיל פאר לענגערע מינוטן. ביי די לענגערע פיוטים בשעת מוסף האט זיך דער רבי שליט"א אוועקגעזעצט על מקומו.


צו תפלת נעילה האט דער רבי ווייטער יורד געווען לפני התיבה פארדאווענענדיג בהתעוררות רב, באזונדער האט דער רבי איינגריסן מיט בכיות נוראות ביי די פיוט פון ה' ה'. מען האט געבלאזן שופר 15 מינוט נאכן זמן רבינו תם.


ביי תפלת ערבית מוצאי יום הקדוש האט דער רבי שליט"א געדאווענט פונקט ווי א גאנץ יאר אן קיין שום איילעניש, און מאריך געווען ביי שטיל שמו"ע כדרכו בקודש. דערנאך האט דער ציבור ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פונעם ביהמ"ד מיטן ניגון אשרי העם שככה לו.


מוצאי יום טוב איז פארגעקומען די פייערליכע עריכת שולחן הטהור, ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש במקהלות אלפי ישראל בתופים ובמחולות, ווען לענגערע שעות ביז ארום 2:00 ביינאכט האט זיך דער ציבור געפריידט און געטאנצן בתוף ובמחול, אינצווישן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש בצהלת פנים, און אנגעוואונטשן ברכת הקודש לכל העם הנאספים.


ביים טיש איז ארויפגעברענגט געווארן דער היסטארישער העכער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס דער רבי האט געבארגט פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף יום טוב, און דער רבי האט דערמיט מכבד מיט ברכת המזון בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א. תיכף נאכן טיש האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.



תגובות


bottom of page