וזוכר חסדי אבות: האד' מוויזניץ ירושלים איז מתפלל על קברי אבותיו אין בני ברק
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די הייליגע טעג, איז דעם מאנטאג אינדערפרי ארויסגעפארן קיין בני ברק אויף א תפילה אינעם אוהל הקדוש פון אדמו"רי בית וויזניץ, וואו דער רבי האט אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהלים און דערנאך געמאכט א מי שברך לחולה פאר מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכע זענען אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און מתפלל געווען א תפילה חרישית על קברי אבותיו.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פון הרבנית מאניע ע"ה, טאכטער פונעם אמרי חיים, רעבעצין פון הרה"ק רבי יודאלע מדזיקוב זי"ע און בזיווג שני פון הגה"ק בעל מנחת יצחק זי"ע גאב"ד ירושלים, לכבוד די יארצייט, און אויך מתפלל געווען א תפילה קצרה על קברו פון הרב החסיד ר' בערל גוטמאן ז"ל מפאר חסידי וויזניץ אין ירושלים.














תגובות