top of page
האד' מוויזניץ ירושלים טרעט אויף מיט א דרשת חיזוק אין ראם פון ארגון שיעורי תורה אין בארא פארק
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק. י . ,JDN כמידי שנה בשנה אין די ימי בין המצרים האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשת התחזקות אין ראם פון אירגון שיעורי תורה, אין ביהמ"ד קארלין סטאלין אין בארא פארק, היי יאר האט דער רבי ארומגערעט איבער עניני בין אדם לחברו און ארום קדושת ביהמ"ד, וואו דער ציבור האט געשלינגען מיט דורשט די דברי פי חכם חן.


בארא פארק: האדמור"ים מוויזניץ פון ירושלים און מאנטריאל באזוכן בבית הרבני הרהג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י,JDN פארלאפענע וואך איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך פון 24 שעה קיין ניו יארק. דאנערשטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו ער האט צוערשט מנחם אבל געווען ביי האחים האדמו"רים מראחמיסטריווקא נאך די פטירה פון די מאמע, הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה. פון דארט איז דער רבי אריבער צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א אין בארא פארק, וואו דער רב


לברך ולהתברך: האד' מוויזניץ ירושלים באזוכט ביי ש"ב האד' מבעלזא
פרייטאג פ' נשא ב' • י''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש,JDN כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל לכבוד יום טוב שבועות, איז אין די טעג בעפאר יום טוב אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי שאר בשרו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט"א, דער רבי שליט"א האט דערביי פארפירט א שיינעם שמועס מיטן בעלזער רב בדברי תורה וסיפורי צדיקים. די רבי'ס האבן דאן געטרינקען לחיים און זיך געוואונטשן לחיים און א ליסטיגן יום טוב.


האד' מוויזניץ ירושלים וועט פראווענען יום טוב שבועות בקרתא דשופריא עיה"ק ירושלים
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים אין ירושלים גרייטן זיך בהתרוממות הנפש מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה, במחיצת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א. דער רבי שליט"א על ישראל הדרתו אין שטאט בארא פארק, איז נעתר געווארן לבקשת אנשי שלומו חסידי וויזניץ בארץ הקודש, צו קומען פראווענען זמן מתן תורתינו יו''ט שבועות בקרב עדת צאן מרעיתו. היינט צופרי נאכן דאווענען שחרית בבית מדרשו אין בארא פארק האט דער רבי אפגעראכטן דעם


bottom of page
