שמחת בית וויזניץ: חתונה רוממה פון החתן בן האד' מוויזניץ בארא פארק מיט הכלה נכדת האד' מוויזניץ ירושלים
- לפני 14 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן פארלאפענעם וואך דינסטאג מיטגעהאלטן די גרויסע וויזניצער חתונה אין בארא פארק, פונעם חתן א זון ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, איידעם ביי זיין פעטער הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' יעקב דוד ראבינאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א.
די חתונה האט אויפגעברענגט התרגשות'דיגע געפילן ביי חסידי וויזניץ בעיר ואם בישראל בארא פארק, האבנדיג די זכיה מיטצולעבן די געהויבענע עידן חדוותא ווען רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א האט געפירט א קינד אונטער די חופה, און באזונדער ווען דער עומד מצד הכלה איז דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכער פירט אויך אן זיין הויף אין שטאט בארא פארק.
די חתונה איז געפראוועט געווארן בדיצה וחדוה אין די פראכטפולע הייטנער זאל אין בנין תלמוד תורה באבוב אין בארא פארק, וואו הונדערטער חסידים האבן זיך מיטגעפריידט און מיטגעהאלטן לענגערע שעה'ן של שמחה.
ביום החופה נאכמיטאג איז דער מחותן דער וויזניצער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה בבית מדרשו, און דערנאך איז פארגעקומען דער כוללות קוויטל, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת הזמן, און זיך באדאנקט פאר די בחורים וואס האבן געלערנט שעות ברציפות אלס דורון דרשה. דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען צום קבלת פנים מיט'ן חתן און מחותנים, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא הרב ישעי' מאיר ניימאן האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און מעורר געווען זכות אבות. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן האדמו"ר מזידיטשוב באלטימאר א מחותן מצד הכלה.
ביי דעם מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, מיט ברכות ראשונות דער זיידע הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א. נאכ'ן חופה האבן זיך אלע רבי'ס און מחותנים ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ ברינה וגילה.
די סעודת החתונה איז סערווירט געווארן פאר'ן גאנצן ציבור אינעם זאל. צום באשטימטן צייט זענען די ראשי עם קודש האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה און מעודד געווען די ריקודין א לענגערע וויילע. א קאפעליע פון אברכי חסידי וויזניץ און תלמידי הישיבה האבן מהנה געווען בשירה וזמרה הייבנדיג דעם ציבור העכער און העכער.
דורכאויס די ריקודין זענען מערערע אדמורי"ם ורבנים געקומען באשיינען די שמחת החתונה, ובראשם די דאפלטע פעטערס כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי, קייאמישע און וויליאמסבורג, ביקסאד, קאסאני, שאץ, זלאטיפאלי, די פעטערס האדמורי"ם מסקווירא פון בארא פארק, בית יצחק ספינקא, קראלי, טבא דשמואל דספינקא, לויעוו טשערנאביל, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי און תולדות מרדכי וויזניץ, און נאך פילע אדמור"ים האדמורי"ם מטשערנאביל, ראחמיסטריווקא פון לעיקוואד, מאנסי, אוקענוויין, און לינדען, סקולען, ישועת יעקב סקולען, בורשטין, קאסוב, קאסוב לעיקוואד, פאפא בארא פארק, דזיקוב וויזניץ בארא פארק, הרבנים הגאונים הצדיקים קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, הגה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ, הרה"צ רבי משה מרדכי כץ בנו הגדול פון האדמו"ר מוויען און הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ איידעמער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און נאך חשובע רבנים וקרובי המשפחה.
ביים סוף פון די ריקודין איז מען אריבער וואונטשן לחיים פאר'ן רבי'ן און די מחותנים, בעת וואס די בחורים און אינגעלייט זענען ממשיך מיט לעבעדיגע טענץ אין צענטער פון זאל. פאר'ן בענטשן האט אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזין בדחנא דמלכא הרב שרגא ראזמאן, וועלכער האט אויסגערופן די דרשה געשאנק פון די בחורי הישיבות און תלמידי התלמוד תורה מיט טויזנטער שעות ברציפות וואס זיי האבן געלערנט לכבוד די שמחה. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"צ רבי פנחס ראבינאוויטש זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א, ברכות ראשונות הרה"צ רבי ישראל האגער בן הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל, ברכה אחריתא דער פעטער הרה"ג ר' יעקב אלי' סיגל שליט"א חתן כ''ק ההאדמו''ר מסקווירא זצ"ל פון בארא פארק.
נאכ'ן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום מעמד המצוה טאנץ, צום ערשט האט מען אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס האט אפגעראכטן די ריקודין מיט גרויס דערהויבנקייט. דערנאך איז געטאנצן דער עלטער זיידע הגה"צ אבּ"ד ראחמיסטריווקא שליט"א, דערנאך דער זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א, דערנאך דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, און די פעטערס האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון וויליאמסבורג און ספרינג וואלי. דערנאך דער אבי הכלה, און צום לעצט האט מען אויפגערופן די געהויבענע מחותן דער וויזניצער רבי וועלכע איז דערביי געטאנצן פאר לענגערע מינוטן בשלהבת אש קודש לפני הכלה, און דערנאך מיט'ן חתן און מחותנים, דערמיט האט זיך די שמחה געשלאסן בהתרוממות עילאה.
























