הערליכע מסיבת אירוסין לרגל שידוך שליסן אין הויפן פון וויזניץ ירושלים - מאחנובקא בעלזא
- 27 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
א שיינעם מסיבת אירוסין איז געפראוועט געווארן אין עיה"ק ירושלים לרגל די שמחת קשרי החיתון פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א. עס איז נכנס לברית האירוסין החתן המופלג, א זון פון הרה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א, בנו הגדול פונעם מאחנובקא בעלזא רבי'ן און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא בני ברק זצ"ל, מיט די כלה המהוללה תחי', א טאכטער פון הרה"צ ר' יוחנן טווערסקי שליט"א, זון פון הרה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא פון ירושלים און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א.
די געהויבענע שמחה איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן אין ירושלים עיה"ק, וואו הונדערטער חסידים און אנשי מעשה האבן זיך פארזאמלט מיטצולעבן די שמחה בבית צדיקים. צום באשטימטער צייט זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען אינאיינעם צום מסיבת האירוסין ווערנדיג אויפגענומען בשירה וזמרה, ווען דח חברי המשוררים בחצר הקודש וויזניץ ירושלים האבן מהנה געווען דעם ציבור מיט וואקאלישע ניגוני שמחה והודאה.
אין לויף פון די שמחה האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א משמיע געווען דברות קודש, וואו ער האט מרחיב געווען איבער די קשר של קיימא וואס איז פארקניפט שוין עטליכע דורות צווישן די הייליגע הויפן פון וויזניץ און בעלזא, און דערמאנט עובדין טבין איבער די שייכות צווישן די צוויי שושלות הקודש, ביים ענדיגן די דברות קודש האט דער רבי פארגעזינגען "אודה" חזן וקהל.
דערנאך האט דער וויזניצער רבי מכבד געווען מחותנו כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, אויפצוטרעטן מיט דברי ברכה, דער מאחנובקא בעלזא רבי האט מוסיף געווען מדיליה איבער די שייכות פון בעלזא מיט וויזניץ און ארויסגעברענגט די חשיבות פון זיך משדך זיין צום ערשטן מאל מיט רבו מובהק הרה"ק מסקווירא זי"ע וועלכע איז א זיידע מצד הכלה, תיכף נאכדעם האט דער וויזניצער רבי ווידער גענומען דאס ווארט און ארויפגעברענגט נאסטאלגישע זכרונות מימי נעוריו, ווען דער מאחנובקא בעלזא רבי האט געלערנט אלס בחור אין שיכון סקווירא און איז געווען ממש ווי א בן בית ביי הרה"ק מסקווירא זי"ע.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע ריקוד של שמחה אויפ'ן אויבן-אן, וואו די אדמורי"ם שליט"א זענען געטאנצן מיטן חתן. נאכ'ן ריקוד איז דער גאנצער ציבור אדורך וואונטשן מזל טוב פאר די אדמורי"ם, דעם חתן און די מחותנים.
נאך די שמחה זענען די אדמורי"ם אריין אינעם חדר פרטי אינאיינעם מיט'ן חתן כלה און די בני המשפחה, וואו דער וויזניצער רבי האט געשאנקען פאר'ן חתן א גאלדענעם זייגער כנהוג און מען האט ממתיק שיח געווען בעניני אירוסין. ביים ענדע זענען די רבי'ס צוגעגאנגען אפנעמען מזל טוב ביי הרבנית מבעלזא תליט"א, אשת חבר כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס איז געווען אנוועזנד.
ביי די שמחה האבן זיך אנגעזען פילע אדמורי"ם ורבנים חשובים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן א לענגערע צייט, כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים, אב"ד מאור חיים ירושלים, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, און האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, קאסוב וויזניץ, שידלובצא, יערוסלאב, זוטשקא אמסנא, הרה"צ ר' יעקב שמשון ברזובסקי בן האדמו"ר מסלונים, און הרה"צ ר' ישראל חיים שוחט אב"ד קארלין סטאלין מודיעין עילית.














תגובות