האד' מוויזניץ ירושלים נעמט אונטער קורצע נסיעה קיין ארה"ק און מאנטשעסטער לרגל צוויי שמחות במעון קדשו
- לפני 13 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

די וואך פ' תזריע מצורע וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אונטערנעמען א קורצע נסיעה קיין ארץ ישראל און פון דארט קיין מאנטשעסטער ענגלאנד צו באשיינען צוויי שמחות במעון קדשו, לרגל די קשרי השידוכים פון צוויי אייניקלעך וועלכע זענען געשלאסן געווארן אין די וואכן בעפאר יום טוב פסח העעל"ט.
דער רבי שליט"א וועט היינטיגן זונטאג פארלאזן ניו יארק אויפן וועג קיין ארצינו הקדושה וואו עס וועט דעם קומענדיגן דינסטאג אוונט פארקומען די שמחת האירוסין פון נכדתו הכלה, בת לחתנו הרה"צ ר' יוחנן טווערסקי שליט"א פון ירושלים, זון פון הגה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי מראחמיסטריווקא, מיטן חתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א.
די שמחה וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אויף די אדוניהו הכהן גאס אין ירושלים במקהלות עם רב אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס האדמור"ים שליט"א.
מיטוואך אינדערפרי וועט דער רבי פארזעצן מיט די נסיעה קיין מאנטשעסטער ענגלאנד זיך צו משתתף זיין ביי די שמחת ווארט לרגל די שידוך שליסן פון נכדו החתן, בן לבנו הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א, עב"ג די כלה אן אייניקל פון ש"ב הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, א טאכטער ביי זיין זון הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער.
דער רבי וועט זיין צוגאסט אין מאנטשעסטער איבערן טאג און פון דארט זיך אהיימקערן קיין ניו יארק.


