top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר באזוכט ביי האד' מוויזניץ ירושלים במקום הנופש אין פאלם ספרינגס

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש

פאריגן מוצאי שבת נאך הבדלה אינעם מקום הנופש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צוגעפארן צום דערנעבנדיגע האט ספרינגס געגענט - א נסיעה פון ארום צוואנציג מינוט, אויף א ביקור גומלין ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס האלט זיך דארט אויף אויף מנוחת הנפש.



כמעשהו בראשונה ביים באזוך פון וויזניצער רבי'ן ביים סאטמארער רבי'ן אין פאלם ספרינגס עטליכע טעג פריער, איז ארומגעשמועסט געווארן סיפורי צדיקים כנהוג אום מוצאי שבת, אויך האט מען געשמועסט איבער די פראבלעמען פון די יעצטיגע הפגנות אין ארץ הקודש אויף וואס דער סאטמארער רבי האט מעורר געווען פארלאפאנעם וואך, און מעשיות פון הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע וואס די יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום מוצש"ק ז' שבט.


האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א האט מכבד געווען דעם רביקןשליט"א מיט לחיים און נאכן טרונקן און זיך וואונטשן לחיים איז דער רבי געווארן ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.



תגובות


bottom of page