top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסדי שמים: האד' מוויזניץ ירושלים אפגעקומען מיט לייכטע יסורים נאכן זיין פארמישט אין קאר עקסידענט אין שטאט מאנסי

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

גרויסע ניסים האט פאסירט היינט מיטוואך מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, נאכן זיין פארמישט אין א היבש ערנסטע עקסידענט ביים אנקומען צום שטאט מאנסי צום יארצייט פון אביו הגדול הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, ווי דער רבי און די מקורבים זענען ב"ה ארויסגעקומען בלויז מיט לייכטע וואונדן.


די עקסידענט האט פאסירט היינט נאכמיטאג ווען די רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין מאנסי, און איז געפארן אויף די הייוויוא גאס, ווען די קאר האט פארלוירן קאנטראל וואס האט צוגעפירט דעם עקסידענט, דער רבי שליט"א מיט די מקורבים זענען ב"ה ארויס פון קאר אין א געזונטע צושטאנד, און מען איז אפגעקומען בלויז מיט לייכטע יסורים בחסדי שמים.


היות דעם רבינ'ס קאר איז געווארן שטארק געשעדיגט, האט מען דער רבי ממשיך געווען די נסיעה מיט אן אנדערע קאר. טראץ וואס עס איז געווארן היבש שפעט צוליב די גשעעניש, האט נאך די רבי עספיעט אנצוקומען צום ציון הק' מבעוד מועד להיפקד בדבר ישועה ורחמים, און דערנאך אויפגענומען דעם ציבור חסידים לעצה ולברכה אין די אכסניא אין מאנסי. פארנאכטס האט דער רבי שליט"א זיך משתתף געווען ביים צענטראלע סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי בראשות האחים האדמורי"ם שליט"א, ווי דער רבי שליט"א האט היי יאר אויפגעטרעטן מיט די צענטראלע דברות קודש במשנתו פונעם בעל ההילולא.

תגובות


bottom of page