top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ ירושלים וועט פראווענען יום טוב שבועות בקרתא דשופריא עיה"ק ירושלים

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

וויזניצער חסידים אין ירושלים גרייטן זיך בהתרוממות הנפש מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה, במחיצת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א.


דער רבי שליט"א על ישראל הדרתו אין שטאט בארא פארק, איז נעתר געווארן לבקשת אנשי שלומו חסידי וויזניץ בארץ הקודש, צו קומען פראווענען זמן מתן תורתינו יו''ט שבועות בקרב עדת צאן מרעיתו.


היינט צופרי נאכן דאווענען שחרית בבית מדרשו אין בארא פארק האט דער רבי אפגעראכטן דעם סעודת ראש חודש, וואו ער האט משמיע געווען דברי פרידה פאר די חסידים באגלייט מיט דברי התעוררות הכנה ליום טוב שבועות הממשמש ובא.


שפעטער אין טאג האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפן וועג קיין ארץ הקודש, וואו דער רבי וועט לאנדן מארגן מאנטאג ב' סיוון ביומא דהילולא רבא פון זקינו הרה''ק בעל אהבת ישראל' מוויזניץ זי''ע.


דער רבי וועט תיכף פונעם לופטפעלד אריינפארן קיין בני ברק אויף תפילת שחרית אין וויזניצער ביהמ"ד אויף רחוב מלצר. נאכן דאווענען וועט די רבי פוקד זיין דעם ציון הק' אויפן וויזניצער בית החיים אין בני ברק און שפעטער פארנאככטס אפרעכטן דעם שוה''ט וסעודת הילולא אינעם ביהמ"ד הגדול וויזניץ ירושלים אויף רחוב אדוניהו הכהן.


אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט פיבערהאפטיגע הכנות לקראת די געהויבענע יום טוב שבועות, די וועד האש"ל גיבט זיך אפ אהערצושטעלן אכסניות אין אש"ל מלא פאר די פילע געסט פון אלע מקומות וואס זענען ערווארטעט עולה רגל צו זיין קיין ירושלים מיטצוהאלטן דעם יום טוב בצל הקודש.

תגובות


bottom of page