top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק: האדמור"ים מוויזניץ פון ירושלים און מאנטריאל באזוכן בבית הרבני הרהג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א

  • 10 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י,JDN

פארלאפענע וואך איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך פון 24 שעה קיין ניו יארק. דאנערשטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו ער האט צוערשט מנחם אבל געווען ביי האחים האדמו"רים מראחמיסטריווקא נאך די פטירה פון די מאמע, הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה.


פון דארט איז דער רבי אריבער צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א אין בארא פארק, וואו דער רבי האט געדאוונט מנחה. עס האבן מיטגעדאוונט דעם רבינ'ס ברודער, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א און הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א, ראב"ד סקווירא, וואס איז אויך געווען צוגאסט אין ניו יארק.


נאך מנחה איז פארגעקומען א שיינע מסיבת לחיים, ביי וועלכע די ברידער האדמו"רים האבן פארברענגט בשבת אחים גם יחד, און דער בעל אכסניא, הרה"ג ר' יעקב, האט ארויסגעברענגט מאוצרו הטוב פארשידענע היסטארישע כתבי ידות, צווישן זיי א זעלטענע כתב יד פון הרה"ק ר' וועלוועלע ראחמיסטריווקער זי"ע, וועמעס יארצייט איז אויסגעפאלן בו יום.



תגובות


bottom of page