top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער תושבי ירושלים מיטגעהאלטן דערהויבענעם שבת בצלא דמהימנותא פון האד' מסטיטשין

לפני 7 שעות
זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי

טויזנטער תושבי עיר הקודש ירושלים האבן דעם שבת מיטגעלעבט אן אומפארגעסליכן שבת בצלא דמהימנותא פונעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, בקרתא דשופריא, איבערלאזנדיג אן אייביגן רושם אויף אלע באטייליגטע.


טראץ וואס דער רבי שליט"א האט שוין מערערע מאל געוויילט אויף שבתים אין ירושלים במשך השנים, האט אבער דער איצטיגער באזוך געטראגן א ספעציעלן באדייט, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס תושבי העיר האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א פולן שבת קודש מתחילתו ועד סופו בצילא דמהימנותא, אנדערש ווי די פריערדיגע באזוכן וואס זענען געווען בלויז אויף א שטילער פארנעם.


דער רבי שליט"א, וועלכער איז ברייט באקאנט מיט זיין אייגנארטיגער עבודת הקודש מלא דביקות און פון די אנדערע זייט זיין באשיידנקייט אנטלויפנדיג פון יעדן סארט פרסום, האט נאך גרויסע הפצרות באוויליגט אפצורעכטן דעם שבת אויף א גרויסן פארנעם.


די בשורה איבער דעם שבת האט זיך בליץ-שנעל פארשפרייט, ציענדיג א מאסן שטראם פון מעריצים ותושבי העיר וועלכע האבן ארויסגעקוקט בכליון עינים לחזות בנועם ה', נהנה זיין מזיו אורו פונעם רבי'ן און זיך ווארעמען בצל הקודש.


די דערהויבענע התעוררות'דיגע תפילות און די עריכת השולחנות זענען אפגעראכטן געווארן אינעם זאל פון בית מלכה, וועלכער איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן מיט הויעך-שטאקיגע פארענטשעס לענגאויס דעם זאל צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים וועלכע האט זיך דורכגעדרייט במשך דעם שבת.


שוין צו תפילת מנחה און קבלת שבת האט זיך אנגעזען א שטראם פון שווערע הונדערטער אידן. נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת אל מול פני הקודש, וואו דער רבי האט יעדעם געוואונטשן במאור פנים.


נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו שלום עליכם און קידוש, וואס דער רבי האט פארגעזאגט מיט א קאך און בקול בוכים כדרכו בקודש, באגלייט מיט די ווארימע נעימות ונוסחאות לבית סטיטשין און ראזוואדאוו.


שפעטער נאנט צו 11:00 איז דער רבי שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור אינעם גרויסן זאל, וועלכער איז בליץ-שנעל געווארן איבערגעפילט עד אפס מקום דורך די טויזנטער אידן, וועלכע האבן פארנומען זייערע ערטער אויף די הויכע פארענטשעס.


ספעציעל האבן זיך אנגעזען ביים טיש און דורכאויס גאנץ שבת פילע אנשים חשובים, זקני ירושלים מסלתה ומשמנה, פני העדה, ובראשם רבנים ודיינים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם רבינ'ס עבודה כעבדיה קמיה מריה. צווישן זיי: הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבת פני מנחם, הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים, כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א, הגה"צ אבד"ק לאנצהוט בית שמש שליט"א, דער מגיד מישרים הגאון רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט"א, הגה"צ אבד"ק דאברא שליט"א, הגה"צ רבי אפרים פישל וויינבערגער שליט"א מטורקא ירושלים, און הרב שלמה פרוכטהענדלער הי"ו מנהל כולל חיבת ירושלים.


בשעתן טיש האט דער רבי שליט"א פארגעזינגען מערערע ניגוני קודש און זמירות שבת חזן וקהל מיט א געוואלדיגן קול רגש, און משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש. נאכן בענטשן האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה כנהוג, און דערנאך האט מען אהיימבאגלייט דעם רבי'ן צום אכסניא.


ביז שפעט נאכן טיש וואס איז פארענדיגט געווארן אין א היבש פריע שעה, האט דער אנלויפעניש אנגעהאלטן ווייטער וואו אידן פון אלע געגענטער זענען געקומען צוגיין לאנגע שטרעקעס צו קענען אריינכאפן דעם טיש.


בצפרא דשבתא איז דער רבי אריינגעקומען צו די תפילות, צו מוסף איז דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה לרגל דעם שבת יארצייט פונעם זיידן הרה"ק בעל מנחת יהודא מסטיטשין זי"ע, און נאכן דאווענען אפגעראכטן א קידושא רבה וואו מען האט פארטיילט מזונות פארן גאנצן ציבור.


די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט באופן פרטי בבית האכסניא, בעת די חסידים און די געסט האבן זיך געוואשן צום סעודת שבת אינעם זאל. בשעת די סעודה פאר די געסט איז דער רבי אריינגעקומען און פארברענגט מיט די חסידים פאר א משך זמן וואו די חשובי העדה האבן אויפגעטרעטן און דער רבי האט געזאגט תורה.


דער קלימאקס פונעם שבת איז געווען בעת רעוא דרעווין, ווען דער איבערגעפילטער זאל איז געווען טונקל וואו איינגעפירט אין סטיטשין, און דער רבי שליט"א האט מאריך געווען ביי די זמירות און דברי אלוקים חיים היורדים לחדרי בטן זייענדיג מעורר רחמי שמים אויף צרכי עמך ישראל המרובים מיט יאמערליכע בכיות, און דערנאך אויסגעשריגן "ה' מלך" בקול חוצב להבות אש וואס האט איבערגענומען אלע משתתפים. נאכן בענטשן האט מען געדאוונט מעריב, וואו עס האט געדאוונט פארן עמוד העסקן הרה"ח ר' נפתלי ליפשיץ הי"ו מאמני ביתו פונעם רבי'ן.


נאך מעריב האט דער רבי געזעגענט דעם ציבור און געוואונטשן א גוטן וואך, פאר די מאסן אידן וועלכע זענען זיך צוגאנגען מיט התרוממות הנפש, פון דעם לעכטיגער שבת וואס וועט נאך לאנג געדענקט ווערן און בלייבן איינגעקריצט אין זיכרון.



תגובות


bottom of page