top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בריך מתייך לשלום: האד' מסקאליע וועט אפרעכטן א מסע הקודש קיין ארה"ק לרגל די חתונה פון אן אייניקל

לפני 6 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש

ברגשי כבוד והערצה גרייט זיך דאס יהדות החרדית בארה"ק צו אנטפאנגען דעם אורח הדגול, כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וואס קומט צו פארן אויף א לענגערע מסע קודש קיין ארה"ק לרגל די חתונה פון אן אייניקל.


דער רבי וועט זיך אי"ה ארויסלאזן ממעון קדשו אין בארא פארק דעם קומענדיגן מאנטאג נח און וועט דורכאויס די קומענדיגע צוויי וואכן וויילן צוגאסט אין ארה"ק ביז מאנטאג וירא, נאך א היבשע פאר יאר זינט דער רבי האט דאס לעצטע מאל באזוכט אין ארץ ישראל. דורכאויס די מסע הקודש, וועט דער רבי אפשטאטן באזוכן אין די גרעסערע שטעט לענגאויס דאס לאנד, אויפנעמען די חסידים ומעריצים תושבי ארה"ק, אפשטאטן באזוכן בבתי גדולי ישראל און אזוי אויך אויפטרעטן מיט דרשות און שיעורים בהיכלי הישיבות.


די הויעכפונקט וועט זיין שבת פרשת נח, ווען דער רבי וועט פראווענען דעם גאנצן שבת אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול זוועהיל אין ירושלים, לרגל די שבת אויפרוף פונעם אייניקל החתן בן לבנו הגה"צ ר' אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א אבד"ק סקאליע מאנסי, מיט הכלה אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, בת לחתנו כ"ק האדמו"ר מטאלנא בית שמש שליט"א.


מוצאי שבת וועט פארקומען די גרויסע שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות, בשילוב מיטן מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חסידי סקאליע אין ארץ ישראל, לעילוי נשמתו הטהורה פון הרה"ק מסקאליע זי"ע און זיין באליבטן אייניקל הרבנית הצדיקת מסקאליע ע"ה מחברתה הטהורה פון יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א.


די שמחת החתונה וועט פארקומען זונטאג לך לך ביינאכט ברוב המון חוגג אין שטאט בית שמש, נאכגעפאלגט מיט די צענטראלע שבע ברכות וואס וועט פארקומען דינסטאג לך לך ביינאכט אין שטאט בני ברק, און די שבת שבע ברכות, שבת לך לך, אין ביהמ"ד הגדול סקווירא אין רמה ב' בית שמש.


זונטאג וירא וועט זיך דער רבי אויפהאלטן אין שטאט ביתר און צומארגנס מאנטאג וועט זיך דער רבי צוריקקערן למעון קדשו אין בארא פארק.

תגובות


bottom of page