top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התרגשות צום געהויבענעם באזוך פון האד' מבאבוב אין ארה"ק; היסטארישע שבת לנגידים אין אלטשטאט ירושלים

לפני 3 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי באבוב אין ארה"ק בפרט און איבער דער גארער וועלט בכלל, האבן מיט גרויס התרגשות זיך אנגעהויבן צו גרייטן צום געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין ארה"ק, נאך וואס עס איז דעם יום טוב שמחת תורה באקאנט געווארן אז מ'וועט האבן די זכיה אז דער רבי שליט"א וועט דעם קומענדיגן חודש שבט אונטערנעמען א היסטארישע מסע חיזוק והתעלות מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל, וועלכע זענען חרותים על לוח לבו הטהור, און זענען כסדר משתוקק לקבל פני מלך.


די נסיעה איז פראקלאמירט געווארן ביי א באשיידענע קידושא רבא דעם יום טוב שמחת תורה צוגעשטעלט דורך די שירעם ארגאניזאציע "עמודי ציון ד'באבוב", מיוחד פאר די נגידי החסידות, וואו העסקן הרב יחזקאל ראזענבערג הי"ו מנכ''ל עמודי ציון ד'באבוב האט גאבראכן די נייעס איבער די מסע הקודש דעם ווינטער קיין ארץ ישראל, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין א גייסטרייכע שבת אין אלטשטאט ירושלים געווידמעט פאר נדיבים בעם וואס וועלן זיך אנשליסן מיט פאנטאסטישע סכומים פון 250,000 דאללער און ארויף, צו פאראויסרוקן דריי מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן אינערהאלב חצר הקודש באבוב, נעמליך די אויפבוי פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי באבוב אין ירושלים "בנין לייבל רובין", די אויפבוי פון דעם נייעם גיגאנטישן "בנין של שמחה וחסד" דק"ק באבוב אין בארא פארק, און די נייע קרית הישיבות דחסידי באבוב אין סטעטן איילענד, וואס די אלע אונטערנעמונגען אינאיינעם איז געשאצט אריינצוציען אין צענדליגער מיליאנען דאלארן.


דורכאויס די לעצטע פיר יאר זינט דער רב שליט"א האט דאס לעצטע מאל באזוכט אין ארץ ישראל, זענען די חסידים כסדר משתוקק צו קענען נאכאמאל מיטלעבן און שפירן דעם טעם עליון צו וואס מען איז זוכה ביי די ביקורי קודש פון רבי'ן שליט"א, וואס ברענגט אזויפיל חיזוק פאר די חסידים פון אומעטום.


אצינד האט מען אנגעהויבן מיט די הכנות צום קומענדיגן באזוך פון רבי'ן שליט"א וואס איז באשטימט אויף חודש שבט הבעל"ט, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין דער געהויבענער שבת שירה - חמשה עשר בשבט וואס דער רבי שליט"א וועט פראווען אין אלטשטאט ירושלים סמוך ונראה צום מקום המקדש, וואו די נדיבי לב וועלן האבן די זכיה להסב על שולחן מלכים און מיטלעבן די געהויבענע תפילות און טישן בצל הקודש ביים כותל המערבי.


לויט די יעצטיגער פלענער וועט דער רב שליט"א פארוויילן אין ארץ ישראל פאר נאנט צו צוויי וואכן, מיטן ציל צו קענען אויפנעמען די חסידים ובני ביתם פון אלע שטעט מיט קוויטלעך להיפקד בדבר ישועה ורחמים, די פונקטליכע פרטים און זמנים ארום דעם באזוך ווערן אצינד אויסגעארבעט, און וועט בקרוב נתפרסם ווערן צווישן די חסידים.

תגובות


bottom of page