הכרת הטוב: האד' מבאבוב 45 אויף א ביקור חג ביי האד' ממונקאטש
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם מיטוואך חול המועד איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, אפצוגעבן א ברכת יישר כח און הכרת הטוב נאך וואס די מונקאטשער קהילה האט בתשואות חן אוועקגעגעבן חינם אין כסף זייער שטח אויף די 14'טע עוועניו ביי די 46'סטע גאס, וואו עס איז היי יאר אויפגעשטעלט געווארן די גיגאנטישע סוכה בחצר הקודש באבוב 45.
די אדמו"רים שליט"א האבן זיך באלד אריינגעלאזט אין א שמועס מענייני דיומא פון חג הסוכות און שמיני עצרת, און ארומגעשמועסט איבער די עבודת הצדיקים פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע און די מונקאטשער רבי'ס בימי חג הסוכות. עס איז אויך דערמאנט געווארן די הילולא קדישא פונעם יהודי הקדוש פון פשיסחא זי"ע, פון וועם ביידע רבי'ס זענען אייניקלעך.
די רבי'ס האבן דערנאך געטרונקען לחיים און זיך געוואונטשן בברכות לרוב, און דערביי האט האדמו"ר ממונקאטש אויסגעדריקט פאר'ן רבי'ן אז עס איז נישט קיין חוב נאר גאר א זכי' צו קענען צושטעלן דעם שטח פאר די סוכה בחצר הקודש באבוב 45.
נאכן באזוך האט האדמו"ר ממונקאטש ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צו די גאס ונפרדו לשלום בידידות רב.




















תגובות