האד' מסאדיגורא וועט ארויספארן קיין אמעריקע און קאנאדע און פראווענען א שבת התאחדות מיט די חסידים אין די קאנטרי
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות און עקסטאז האבן חסידי סאדיגורא מעבר לים אויפגענומען די פרייליכע בשורה וואס איז היינט געמאלדן געווארן, איבער א לענגערע מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועט אונטערנעמען קומענדיגן חודש כסלו קיין אמעריקע און קאנאדע, משפיע צו זיין פונדערנאנט אויף די חסידים המקושרים לאילנא דחיי.
יאר יערליך נעמט דער רבי שליט"א אונטער א נסיעה קיין אמעריקא, לראות בשלום הצאן, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די חסידים זיך מסתופף צו זיין בצילא קדישא און שעפן חיזוק און חיות אויף א גאנץ יאר. אצינד, ווען עס איז אונטערגעקומען א משפחה שמחה אין מאנטריאל, האט דער רבי שליט"א באשלאסן צו משלב זיין די נסיעה קיין קאנאדע מיטן יערליכע באזוך צווישן די קהילות הקודש דחסידי סאדיגורא אין אמעריקא.
ובכן, וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגן ראש חודש כסלו קיין מאנטריאל, קאנאדע, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן ביז איבער שבת, לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביים שווער הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א, אבד"ק אהל יעקב אנטווערפן, די כלה א טאכטער פון בנו הרה"ג רבי ברוך שטערנבוך שליט"א פון מאנטריאל. דער רבי וועט מיטהאלטן די ימי השמחה בקרב המשפחה, און נאך שבת ממשיך זיין זיין נסיעה קיין אמעריקע.
זונטאג פרשת ויצא וועט דער רבי שליט"א אנקומען קיין לעיקוואוד, וואו עס וועט פארקומען א געהויבענער מעמד הכנסת ספר תורה צום סאדיגורא קלויז אין שטאט, בשילוב מיט א מעמד קבלת פנים לכבודו.
שפעטער אין די וואך וועט דער רבי שליט"א אנקומען קיין בארא פארק, וואו עס איז נישט לאנג צוריק נתייסד געווארן דער ערשטער סאדיגורא קלויז, און וועט דארט אויפנעמען די חסידים לעצה ולברכה, און באזוכן בבתי אדמו"רי העיר.
דער הויכפונקט פון דער נסיעה וועט זיין שבת קודש פרשת ויצא, ווען עס איז געפלאנט א גרויסארטיגער שבת התוועדות פאר חסידי סאדיגורא פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי, אין א פראכטפולן האטעל אין סאוט פאלסבורג, צווישן די קאנטרי בערג, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די חסידים ארויסצופארן אינאיינעם מיטן רבי'ן, און מיטהאלטן דעם גאנצן שבת אויף א נאנטע פארנעם כשהמלך בשדה.







תגובות