top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ריזיגער ציבור ביי סעודת הילולא רבתי פון הרה"ק מריבניץ זי״ע אין בית המדרש מרכז התורה אור חיים אין וויליאמסבורג

לפני 3 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס התעוררות און התרוממות הנפש איז פאריגע וואך מאנטאג, אסרו סוכות, אפגעראכטן געווארן די יערליכע סעודת הילולא לכבודו פונעם הייליגן צדיק כ"ק אדמו"ר הרה"ק מריבניץ זי"ע, אינעם ביהמ"ד הגדול מרכז התורה "אור החיים" אין וויליאמסבורג וואס איז נקרא על שמו פונעם בעל ההילולא, וואו א ציבור עצום חסידים ואנשי מעשה האט זיך פארזאמלט, מיטן הייליגן ציל זיך מקשר צו זיין לאותו צדיק נשגב ביומא דהילולא קדישא דילי' און הערן זכרונות און סיפורים פון זיין לעכטיגע עבודת הקודש און מסירת נפש זייענדיג ידוע ומפורסם מיט זיין געוואלדיגע צדקות ופרישות.


דער מעמד איז אנגעפירט געווארן דורך הרב אלחנן וואלף פריעדמאן שליט"א, דער ידען נפלא בקורות הדורות און פה מפיק מרגליות, וועלכער האט געעפענט די געהויבענע פארזאמלונג און בנועם לשונו אריינגעפירט דעם פארזאמלטן ציבור מיט געהויבענע שטריכן איבער דאס לעבן און שאפן פונעם הייליגן ריבניצער רבי'ן זי"ע.


דער גאסט רעדנער איז געווען הגאון החסיד רבי אלעזר גלאנץ שליט"א, מחבר ספר "ויאמר אלעזר הכהן", וועלכער האט זוכה געווען צו לערנען בחברותא מיט'ן בעל ההילולא זי"ע, און האט איבערגעגעבן הפלא'דיגע זכרונות פון די צייטן וואס ער האט זוכה געווען זיך צו ווייקן בצלו פון דעם הייליגן צדיק. מיט א געוואלדיגע התרגשות האט ער דערציילט איבער די פערזענליכע חברותא'שאפט, די אהבת התורה און די געוואלדיגע השפעה וואס דער צדיק האט געהאט אויף זיינע תלמידים, און איבער די הנהגות וואס ער האט אליין מיטגעלעבט בקודש פנימה.


נאך א שלל זכרונות נפלאים האט מען געהערט פון הרב בנימין ארי' סג"ל גליק שליט"א, יו"ר מכון "כשר וישר – כשרות הלכה למעשה", א פלומעניק און בן בית ביים בעל ההילולא, וועלכער איז ממש אויפגעוואקסן אין דעם הייליגן שטוב. זיין פאטער, הרה"ג רבי אברהם הערש ז"ל, איז געווען א שוואגער און משב"ק ביים רבי'ן, און ער אליין האט זוכה געווען מיטצולעבן דעם צדיק'ס עבודת הקודש און זיינע געהויבענע הנהגות. 


דערנאך האט מען מיט גרויס אינטערעסע זיך צוגעהערט צו די דרשה פון הרבני החסיד הרה"ח רבי משה לייב רוטנער הי"ו, פון די מוקרבים ביים בעל ההילולא זי"ע, וועלכער האט איבערגעגעבן א לעבעדיגע שילדערונג פון די מסירת נפש און די ניסים וואס דער צדיק האט מיטגעמאכט אינעם קאמוניסטישן רוסלאנד, ווען ער האט פארשפרייט אידישקייט אונטער'ן אייזערנעם פארהאנג, אין די שווערסטע תקופות.


מיט ברכת המזון האט דער בונה ומקים הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו מכבד געווען זקינו הרבני החסיד הישיש ר' חיים יחזקאל שטיין שליט''א, און נאכן בענטשן איז צום קלימאקס פונעם אוונט געווען א געלעגנהייט פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור צו טרינקען פון די כוס של ברכה פונעם הייליגן בעל ההילולא זי"ע געברענגט געווארן דורך הרב ירמי' טייטלבוים שליט"א, מנהל מוסדות יטב לב, און א באזונדערע זכי' אנצוטון דער הוט פונעם צדיק וואס איז געברענגט געווארן דורך איינער פון די מקורבים, דערביי זיך עטוואס מקשר צו זיין לאותו צדיק תמים ונשגב.



תגובות


bottom of page