אלפי תושבי וויליאמסבורג מיטגעלעבט געהויבענעם שבת בצל כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א
מאנטאג פרשת וישלח • י''ג כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
טויזנטער תושבי וויליאמסבורג זענען נאך אונטערן רושם נאכ'ן מיטלעבן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, וואס האט געצויגן א ריזן ציבור מסלתא ומשמנא, וועלכע האבן זיך מתחמם געווען לאורו ביי די געהויבענע טישן און התרגשות'דיגע תפלות בצל הקודש.
ווי שוין באריכטעט פארגאנגענע וואך, איז דער סטיטשינער רבי שליט"א געקומען צו פארן קיין וויליאמסבורג, מיטן ציל אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת דעם קרן הבנין פונעם נייעם סטיטשינער ביהמ"ד וואס מען גרייט זיך אויפצובויען אין שטאט בארא פארק, צו קענען נאכקומען דעם אומאויפהערליכן בליה און וואוקס פון חסידים, וואס קומען כסדר מיטצוהאלטן די תפלות און טישן בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, בדרכו המיוחדת ובדרך הסלולה פון זקינו הגדול כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל מנחת יהודה מסטיטשין זצוק"ל, וואס האט פארשיינט אין בארא פארק בדרכו המיוחדת, כדרך אבותיו הק' לבית סטיטשין, ראזוואדוב און ראפשיץ זי"ע.
דער גאנצער שבת איז אפגעראכטן געווארן אין די ריזיגע זאלן פון "עידן פעלעס" אין צענטער פון שטאט, וואס איז ספעציעל געווען אויסגעשטעלט מיט הויכע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור פון אלע קרייזן אין וויליאמסבורג.
דעם רבינס אכסניא איז געווען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' זעליג ווייס הי"ו בשכינות פונעם זאל, און באזונדער איז אויף שבת ארויסגעדינגען געווארן די פוינט פלאזא האטעל פאר די קרוב צו 200 געסט וואס זענען געקומען צופארן אויף שבת.
פרייטאג צונאכטס ביים דאווענען האט זיך שוין אנגעזען א ריזן עולם פון אידן וואס זענען געקומען מיטהאלטן די ווארעמע תפלות, און נאך'ן דאווענען איז דער ציבור דורך שלום נעמען און צו ווינטשן גוט שבת.
קורץ נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען צו "שלום עליכם" און קידוש, וואס דער רבי שליט"א האט כדרכו אפגעזאגט מיט'ן גאנצן קאך און ברען, מיט די ארגינעלע נוסחאות און תנועות פון בית אבותיו הק', בקול בכי ורגש, וואס האט יעדן מיטגעצויגן מרגיש צו זיין דעם נועם זיו קדושת השבת. די סעודת שבת פאר די געסט מחוץ לעיר איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה אינעם זאל.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן, ווען דער זאל איז געווען איבערגעפולט דורך אלפי אלופי ישראל עד אפס מקום, און אידן וואס זענען אנגעקומען שפעטער האבן שוין געהאט שוועריגקייטן צו טרעפן א געהעריגן פלאץ פון וואו צו מיטהאלטן דעם טיש.
באזונדער האבן זיך אנגעזען א גרויסער צאל זקני ופני העדה, ובראשם הרבנים הגאונים שליט"א, צווישן זיי: הגה"צ רבי אלטר לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג בן האדמו"ר מפשעווארסק, הגה"צ רבי אלטר גלאנץ שליט"א חתן האדמו"ר מסאטמאר, הגה"צ רבי בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא וועלכער האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת, הגה"צ ר' אשר זעליג וואגשאהל שליט"א חבר ביד"ץ טארטיקוב, הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד אברכים סאטמאר, הרה"צ ר' יהושע אייזען שליט"א אב"ד פולאסקי, אבד"ק סאמבור, און נאך.
במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א אפגעזונגען די ניגוני קודש, און אפגעזאגט די זמירות כנהוג מיט די ארגינעלע נוסחאות, וואס האט יעדן שטארק מרומם געווען. שפעטער האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און מאריך געווען בדברי חסידות ויראה, וואס האט אויף יעדן איבערגעלאזט א שטארקן רושם. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"ח ר' איטשע הערשלאג שליט"א מחשובי חסידי סטיטשין. שפעט ביינאכט איז פארענדיגט געווארן דער עריכת השולחן, און דער ציבור האט באגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז צו די אכסניא.
שבת אינדערפרי האט זיך ווייטער אנגעזען א גרויסער ציבור, און דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המוספין מיט גרויס התעוררות. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט דעם קידושא רבה, און שפעטער, אינמיטן די סעודה, איז דער רבי ערשינען צום ציבור אורחים וואס האבן געפראוועט די סעודה אינאיינעם, ביי וועלכער דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש. באזונדער האט מען בשעת די סעודה געהערט א דרשה פונעם רבינס זון הגה"צ רבי יודא יודקאווסקי שליט"א רב הצעיר דסטיטשין.
א גאר געהויבענער זמן רעוא דרעוין איז אפגעראכטן געווארן, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט די זמירות ודברות קודש בקול חוצב להבות אש, מיט בכיות און התרגשות אויף די צרכי ישראל המרובים. באזונדער האט געהערשט א שטארקע התעוררות בעת ווען דער רבי שליט"א האט אפגעזאגט "ה' מלך" מיט א קול גדול, וואס האט יעדן מיטגעצויגן.
נאך תפלת מעריב האט דער רבי שליט"א געוואונטשן א גוטע וואך, און זיך אפגעזעגנט פונעם ציבור, ביי וועמען דער געהויבענער שבת וועט אויף לאנג לאנג בלייבן איינגעקריצט אין זכרון.
מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן אן אריסטאקראטישע סעודת מלוה מלכה פאר נדיבי עם, לטובת דער קרן הבנין פונעם נייעם בית המדרש הגדול סטוטשין אין בארא פארק.
די מלוה מלכה איז אפגעראכטן געווארן אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער, וועלכער האט מזכה געווען זיינע גוטע פריינט, נדיבים בעם, תומכי וידידי בית סטוטשין, זיך אנצושליסן און נעמען א חלק למען הקמת הבית.




















תגובות