האד' מסאטמאר באזוכט אין סוכה פון הנגיד ר' יצחק ראבינאוויטש הי"ו נאך היסטארישע נדבה פאר נייע תנאים זאל בביתו נאוה קודש
דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם חול המועד סוכות האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א זעלטענע באזוך אין די פראכטפולע סוכה פון הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר יצחק ראבינאוויטש הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג, אלס אנערקענונג פאר די אסטראנאמישע סומע וואס ער האט מנדב געווען דעם ערב יום טוב אינאיינעם מיט זיין זון הנגיד ר' רפאל ראבינאוויטש הי"ו, איבערצובויען די ערשטע שטאק און די בעיסמענט פון בית נאוה קודש אויף 550 בעדפארד עוועניו, וואו עס וועט צוגעשטעלט ווערן נייע ביליגע שמחה זאלן "אולם שרה לאה", לע״נ הבתולה שרה לאה בת מוה״ר רפאל ראבינאוויטש הי״ו.
דער רבי שליט"א און זיינע קינדער הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט''א און הגה''צ אבד''ק סיגוט שליט''א ואחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, האבן במשך א לענגערע וויילע פארברענגט ביים שמחת החג אינעם סוכה פונעם נדיב רבי יצחק, וואו דער רבי האט טועם געווען לחיים און ארומגעשמועסט מיט די אנוועזנדע מעניני החג. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ארויסהייבנדיג די געוואלדיגע זכותים וואס רבי יצחק און זיין זון רבי רפאל האבן זיך איינגעהאנדלט בעפאר יום טוב, צו קענען מרבה זיין שמחות בבתי בני ישראל, און איבערגעלאזט ברכות קדשו. דערויף האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיט אב ובנו, רבי יצחק און זיין זון רבי רפאל.
אין די יעצטיגע טעג ווערט ענדגילטיג באשטעטיגט די פלענער פאר די בוי פראיעקט, וואו צווישן די פילע נייע איינריכטונגען וועט געבויט ווערן א הערליכע גרויסע זאל פאר די חסידים צו קענען דארט פראווענען תנאים'ס אויף א ביליגן פארנעם, און פאר קלענערע מעמדים בצל הקודש.






























תגובות