מעמד אדיר סיום הש"ס דורך סאטמארער ש"ס חבורה "זכרו" וועט געפייערט ווערן אין ריזיגן "נעסאו קאלעסיום" סטאדיום
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

שטייענדיג געציילטע חדשים אפגערוקט פון דעם היסטארישן יומא טבא רבנן ״חג התורה״, מעמד סיום והתחלת הש״ס דורך די סאטמארער ש"ס חבורה ״זכרו״, וואס איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגן זונטאג פ' כי תשא - פורים קטן, איז מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען געווארן ביי נאנט צו א רבבה לומדי החבורה, אז עס איז ב"ה געלונגען פאר די עסקנים ארויסצודינגען דעם מעגא-גיגאנטישן ״נעסאו קאלעסיום״ סטעדיום, וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די מעמד אדיר נשגב לכבוד התורה ולומדי׳.
דאס קומט נאך לענגערע זוכענישן דורך די ראשי זכרו און ערפארענע מאורעות-אנפירער, וועלכע זענען געשטאנען אין שפיץ פון די סאמע גרעסטע כינוסים ביים יהדות החרדית אין די לעצטע יארן, וועלכע האבן באטראכט פארשידענע אפציעס פון זאלן, און וועירהאוזעס אין אלע חרדישע געגענטער.
דאס איז דער צווייטער מאל וואס אלפי חסידי סאטמאר וועלן זיך צונויפקומען אינעם ״נעסאו קאלעסיום״, דאס ערשטע מאל, ווי דער עלטערער דור געדענקט, איז געווען ביי דער היסטארישער שמחת החתונה פון עלטסטן אייניקל פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, וואס איז דעמאלט געווען דער ערשטער ריזן צוזאמקום פון תלמידי וחסידי מסאטמאר תחת קורת גג אחד, נאך די הסתלקות לשמי מרום פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
אבער איצט וועט דאס זיין אויף אן אויסטערלישן חידוש'פולן פארנעם, מיט א געשטעל פון א ריכטיגער חסידישער פעסטונג, ווען אין א זעלטענער אויסנאם וועט די קאלעסיום פארוואלטונג ערלויבן דאס אויסשטאטן דעם גאנצן ארענא מיט "טויזנטער טישן", צו קענען סערווירן א מלכות'דיגע "סעודת מצוה" לכבוד היום וחג התורה, ווי עס פאסט זיך פאר אזא יום טוב'דיגע חגיגה, במקהלות רבבה בעלי תריסין במשנה ובגמרא, וועלכע וועלן זיך צונויפקומען צו מסיים זיין דעם ש״ס און גלייך דערנאך אנהייבן דעם ש״ס נאכאמאל, להנעיץ התורה סופה לתחילתה, במקהלות אלופי אלפי חסידי סאטמאר, לומדים, מסיימים ומתחילים, זקנים עם נערים, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
די ראשי החבורה ארבעטן האנט ביי האנט מיט אלע לאקאלע זכרו חבורות בכל מקומות מושבותיהם, צונויפצושטעלן די גענויע ציפערן פון אלע לומדים, אדרעסן און אינפארמאציע, כדי צו קענען אנהייבן אויספלאנירן דעם גענויען אויסשטעל פונעם חג התורה בכל פרטיה.







תגובות