מעמד הנשגב "מקדש השבת" געפייערט דורך אלפי מסיימי "זכרו הלכה" דחסידי סאטמאר
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי בלום
סאטמאר איז נאך טיף אונטערן רישומא קדישא פון די אומפארגעסליכע שעהן של התרוממות קרן התורה, א פרעכטיגער מחזה פון טויזנטער חתני התורה, אלפי חסידי סאטמאר בעלי בתים חשובים און אברכים יקרים, גליקליכע מסיימים פון או"ח חלק א' אינערהאלב דעם צווייטן מחזור פון "זכרו הלכה", וואס האבן דאנערשטאג פרשת בראשית העעל"ט מיטגעלעבט דעם פייערליכן מעמד הנשגב "מקדש השבת", א לילה שכולו תורה, א געהויבענער יומא טבא לרבנן וואס האט ארויסגעהויבן כבוד התורה ולומדיה בקרב קהל עדת סאטמאר.
דער בעל הבית וואס האארעוועט על המחיה ועל הכלכלה, דער יונגערמאן וואס איז זיך מייגע באהלה של תורה, דער זקן מיט זיין יארן-לאנגען קביעות, און דער יונגער אינגערמאן וואס האט זיך גענומען צום לימוד מיט א פרישן חשק, כולם נקבצו באו לך, מיט אן אויסגעהארעוועטן קנין שלם נאך פיר יאר קביעות פון לימוד וחזרה.
שוין אין די פריע אוונט שעהן האט זיך אנגעהויבן דער שטראם פון די לומדים צו די קאנטינענטאל זאלן אין וויליאמסבורג, וואס איז געווען פרעכטיג צוגעגרייט לכבוד התורה ולומדיה דורך די געטרייע "הנהלת חבורת זכרו". ביים אריינגאנג צום זאל האבן זיך אנגעזען די פרעכטיגע באגריסונגען לכבוד פטרון החבורה, הטפסר המרומם, רבי אליעזר קעסטענבוים שליט"א, רב ונשיא כוללי דמשק אליעזר ויו"ר קרית ויואל משה, וואס האבן ארויסגעברענגט דעם טיפן הכרת הטוב פאר די אסטראנאמישע סכומים נדבת לבבו הטוב פון איבער דריי און א האלב מיליאן דאלאר וואס ער האט געשאנקען פאר "זכרו הלכה" זינט דער התייסדות צו הייבן און שטופן טויזנטער חסידי סאטמאר צום לימוד הלכה.
מיט א תורהדיגן חן און א געוואלדיגן געשמאק האט דער חשובער יושב ראש, הרה"ג ר' אייזיק ליפא פריעדמאן שליט"א, מגיד שיעור אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט, איינגעפעדימט דעם מעמד הנשגב. דערנאך האט דער ציבור מיטגעהאלטן דעם רייכן שמועס בדרך שאלה ותשובה מיט הרה"ג רבי יעקב שלמה ליכטענשטיין שליט"א, מרבני ומגידי שיעור "זכרו הלכה", איבער דעם יסוד פון לימוד הלכה למעשה.
מיט גרויס כבוד און התרגשות האט מען אנטפאנגען דער נשיא ומייסד החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז געקומען מפאר זיין על ראש שמחת התורה. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו דער סעודת סיום, און זיך משתתף געווען מיט די אלפי לומדים ביים געהויבענעם יומא טבא לרבנן.
דערנאך האט דער פטרון החבורה, הנגיד רבי אליעזר קעסטענבוים שליט"א, ברגשי לבבו אדערעסירט דעם פילקעפיגן ציבור, און איז דאן מכובד געווארן צו מסיים זיין חלק א' פון שלחן ערוך אורח חיים. ספאנטאן, ווי נאר מ'האט געענדיגט דעם קדיש האבן זיך טויזנטער אידן אינאיינעם געהויבן פון די ערטער און ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין עילאין לכבודה ולשמחתה של תורה. די בארימטע "אברהם בערקא בענד", מיטן בעל מנגן מו"ה ר' בנציון וועבערמאן הי"ו, אינאיינעם מיט דער "נועם כאר", האבן מהנה געווען דעם ציבור מיט ניגונים פון תורה און שבת, באגלייטנדיג די פייערליכע ריקודין מיט א נעימות און א ווארעמקייט.
א כבוד התורה האט באהערשט אלע פארזאמלטע ווען דער מייסד ונשיא החבורה, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האט אנגעהויבן משמיע צו זיין די דברות קודש ומשא המעמד. דער רבי שליט"א האט ארויסגעהויבן די געוואלדיגע מעלה פון "זכרו הלכה" און דעם זכות פון די לומדים וואס זענען שונה הלכות בכל יום, באזונדער ארויסברענגענדיג די חשיבות פון דער התחלה פון הלכות שבת. אין די דברות קודש האט דער רבי שליט"א דערמאנט דעם "זכרו תורת משה" לעילוי נשמת אביו בעל ברך משה זי"ע, ארויסהויבנדיג דעם קשר וואס רבי אליעזר קעסטענבוים שליט"א האט געהאט מיט זיין טאטן זי"ע, צום שלוס האט דער מנהיג עדת הקודש אויפגעהויבן קולו בקודש מיט א הייליגן רוף צו כל קהלא קדישא הדין זיך אנצושליסן אין די ראמען פון "זכרו הלכה" און אויסגעפירט ברכות קדשו, אז דער זכות פון לימוד התורה וואס איז מגינא ומצלא, זאל מגין זיין אויף יעדן פון די חשובע לומדים, און אודאי פאר'ן חשוב'ן פטרון החבורה וועלכער לאזט זיך קאסטן אזויפיל געלט להגדיל תורה ולהאדירה.
א געוואלדיגן רושם האט איבערגעלאזט די רייכע דרשה פונעם נואם הכבוד, הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א, ראש ישיבת מאור יצחק, דער בארימטער מלהיב לבבות ישראל, וואס האט מיט זיין לשון לימודים עלעקטריזירט די אלפי הלומדים.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער פטרון החבורה, הרב רבי אליעזר קעסטענבוים שליט"א. ביים פארלאזן די מעמד האבן די טויזנטער מסיימים אפגענומען די תורהדיגע געשאנק, דעם ניינטן באנד "הליכות יוסף עזרא", דער ערשטער באנד אויף הלכות שבת.


















































תגובות