שיינעם שמחת התנאים אין הויפן פון סאטמאר - ברעזשאן - אולם פארגעקומען אין בארא פארק
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי
אין דער שטאט בארא פארק איז דעם מוצאי שבת פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די חתן א זון פון זיין יונגסטן זון הרה"צ רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד ויואל משה דסאטמאר שכונת פלאשינג אין וויליאמסבורג, איידעם פון הגה"צ רבי ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א אבד"ק סאטמאר לאנדאן, מיט די כלה יונגסטע קינד פון הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, וחתן הגה"צ אבד"ק זאליזשא זצ"ל.
די מסיבת האירוסין איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם מחותן הגה"צ אב"ד ברעזשאן שליט"א, מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ומעריצים, ובראשם די געהויבענע זיידעס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און די חשוב׳ע מחותנים הרבנים שליט"א.
מען האט זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה און געזינגען זמירות מוצאי שבת, און פאסיגע ניגוני שירה וזמרה צו דער געהויבענער שמחה בבית צדיקים. דער גרויסער זיידע כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א האט פארגעליינט די תנאים, און נאכן טעלער-ברעכן כנהוג, איז דער גאנצער עולם אדורך וואונטשן דעם חתן מחותנים און די געהויבענע זיידעס האדמו״רים והרבנים שליט״א בעידן חדוותא.
מ׳האט געהערט א ווארימע דרשה פון די חשובע מחותן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די גרויסע שמחה שטייענדיג ביים קשרי החיתון פונעם יונגסטן קינד, און דערצו די געוואלדיגע זכיה צו קומען בקשרי שידוכים מיטן רבן של ישראל דער סאטמארער רבי שליט"א, און אויך האט ער ארומגערעט איבער די התקשרות פון די געהויבענע זיידעס די רבנים לבית אולם און זאליזשא קיין סאטמאר.
דערנאך האט דער מחותן הרה"צ רבי חנניה יום טוב ליפא שליט"א אבד"ק סאטמאר פלאשינג אויפגעטרעטן מיט א ווארימע דרשה לכבוד השמחה, און מען האט געהערט די ברכת הקודש פון כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א, וואס האט ווארעם געוואונטשן אז די שלשלת הזהב זאל זיך ווייטער פלעכטן לשם ולתפארת, ובית צדיקים יעמוד. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א.
צווישן די פילע רבנים וואס האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזעהן, האדמורי"ם מקראלי, ספינקא 18, אב"ד זענטא, אב"ד מראה יחזקאל, אב"ד קאראד, אב"ד קאלאמייא, דומ"ץ באבוב, אב"ד זלאטיפאלי, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מווויזניץ שליט"א, און נאך פילע רבנים חשובים וואס זענען אריבער וואונטשן מזל טוב און לחיים פאר די געהויבענע זיידעס און מחותנים שליט"א.








































תגובות