פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה לכבודו ולזכותו פון המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א הערליכע חגיגה איז פארגעקומען פארגאנגענעם חול המועד סוכות, ביים שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לכבודו ולזכותו פון המשפע המפורסם הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, לבית מדרשו החדש אויף רחוב שמעון חכם אין עיר הקודש ירושלים, וואס איז אין די לעצטערע חדשים באנייט געווארן אלס ווירבלנדע מקום תורה ותפילה פאר די פילע תלמידים און מעריצים צו קענען זיך אנשעפן מבארו הטהור.
דער ספר תורה איז געשריבן געווארן בנדבת לבו פון הנגיד הרה"ח ר' שמואל ווייזנער שליט"א פון ניו יארק. בעפאר יום טוב איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות אויף א פריוואטן פארנעם אינעם אכסניא פונעם נדבן אין ירושלים, וואו דער משפיע שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה. אויך די מעמד הכנסת ספר תורה זעלבסט איז על פי רצונו פונעם משפיע פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם אן קיין פירסום בלויז מיט די השתתפות פון די חברי הקהילה ומתפללי בית המדרש.
די מעמד איז פארגעקומען אום חול המועד ליל אושפיזא דאהרן אנגעהויבן מיט א מסיבת לחיים אינעם סוכה פונעם משפיע שליט"א. בעת דעם מעמד האט דער משפיע מכבד געווען הנגיד רבי יחזקאל בראך שליט"א, שווער פונעם נדבן, מיט הגבהה. דאן האט דער משפיע איבערגענומען דעם ספר תורה און ממשיך געווען מיט הגבהת הספר, גלילה איז געגאנגען דער נדבן הנגיד ר' שמואל ווייזנער שליט"א.
דערנאך האט דער משפיע ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום תהלוכה ברחובה של עיר, וואו הונדערטער אידן תושבי השכונה און מעריצים האבן זיך א געשלאסן צו די ריקודין קדישין. דער משפיע שליט"א איז געווען עומד בראש און געטאנצן מיט פאקלען בשלהבת אש. צווישן די משתתפים האט ספעציעל ארויסגעשיינט אחיו הגה"צ רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב לאנדאן, וועלכער איז אויך געטאנצן מיט פאקלען לכבודה של תורה.
אנקומענדיג פארנט פונעם נייעם בית המדרש, האט מען ממשיך געווען די פייערדיגע ריקודין ברחובה של עיר צוליב דעם וואס היכל הביהמ"ד איז געווען צר מהכיל צו אקאמאדירן דעם ציבור, דער משפיע שליט"א האט דערביי אפגעראכטן די ריקודי קודש מיטן נדבן ובני משפחתו אינאיינעם מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט בעוז ותעצומות.
דערנאך האט דער משפיע שליט"א אריינגעפירט דעם ספר תורה צום היכל הביהמ"ד, פארגעזאגט די מזמורים פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות, און אריינגעפירט דעם ספר תורה צום ארון הקודש.
שפעטער, כחצות הלילה, האט זיך דער ציבור געוואשן אינעם סוכה פונעם בית המדרש צום סעודה לגומרה של תורה בשילוב מיטן שמחת בית השואבה, ביי וועלכן די חברי הקהילה און משפחת הנדבן האבן פארברענגט אין א ווארימע אטמאספערע אינאיינעם מיטן משפיע שליט"א, וועלכער האט דורכאויס לאנגע שעה'ן עד אור הבוקר אנגעווארמט די הערצער מיט אמרות טהורות און פייערדיגע דיבורים מאוצרו הטוב בעניני המועד ושמחת התורה, באגלייט מיט ריקודין עילאין לכבוד התורה ולכבוד הרגל.































תגובות