top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פאנטאסטישע נדבה פאר ביהמ"ד החדש בית יקותיאל ד'סאטמאר אין קרית יואל דורך הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו

לפני 17 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פרשת חיי שרה • כ"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארגאנגענעם וואך איז כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען קיין קרית יואל צו אן ערהאבענע מעמד חתימת שטרות בבית הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש מגדולי תומכי ק"ק ומוסדות סאטמאר אין קרית יואל, וועלכער האט אפגעקויפט די זכות אדיר פונעם 'שם היכל התורה' אין דעם ביהמ"ד החדש והמפואר 'בית יקותיאל' דקיט"ל – שכונת ויואל משה. א ביהמ"ד וועלכע איז ערווארטעט צו זיין פון די גרעסטע סאטמארער בתי מדרשים איבער די וועלט, און וועט אנטהאלטן אלע ציבור'ישע פונקציעס: פון זעקס חדרי התפילה, גרויסע היכל הביהמ"ד, ביז א מקוה טהרה און שמחה זאל, און העולה על כולנה, א פרעכטיגע היכל התורה מיט הונדערטער זיץ-ערטער מיוחד ללימוד התורה מתוך הרחבת הדעת.

ביים מסיבת לחיים האט צו ערשט אויפגעטראטן הר"ר יואל מארקאוויטש שליט"א, ר"מ בישיבה קטנה ד'סאטמאר ומרבני ביהמ"ד, וועלכער האט ארויסגעברענגט די רגשי תודה פון די מתפללי ביהמ"ד כלפי דעם נדבן החשוב.

דערנאך האט אויפגעטראטן מיט ווארעמע דיבורים דומ"ץ הביהמ"ד וש"ב פונעם נדבן, הרה"ג ר' משה זאב שווארץ שליט"א, וועלכער האט פאר א לענגערע צייט מאריך געווען בשבחו און די געוואלדיגע זכות וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט, און איבער דעם הערליכן תורה צענטער וואו עס שטייט היינט און איז ערווארטעט צו שטייגן אלף פעמים ככה אינעם נייעם בנין המפואר.

א באזונדער ווארעם-הארציגע מאמענט איז געווען ווען דער נדבן האט מכבד געווען ידידו וריעו מוה"ר משה אלי' עסטערייכער הי"ו – אדמיניסטראטאר פון די מוסדות אין קרית יואל, אויפצוטרעטן. ר' משה אלי' האט אין זיין דרשה גאר שטארק ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון דעם מאמענט, זעענדיג ווי ר' אברהם יקותיאל געבט ווידעראמאל אזעלכע גרויסע נדבות. אזוי אויך האט ר' משה אלי' שטארק ארויסגעהויבן די עסקני וועד קרן הבנין פון נייעם פרעכטיגן ביהמ"ד, וועלכע לייגן אריין אומערמידליכע כוחות פאר דעם פראיעקט אויפצובויען דעם פרעכטיגן ביהמ"ד.

ביים קלימאקס פונעם מעמד האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט באופן דרוש צוגעשטעלט די פרשת השבוע צו דעם יעצטיגן מאורע, און דערביי גאר ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכות לרוב.

נאך די דברות קודש האט מען אונטערגעשריבן דעם שטר, וואו מצד אחד האט אונטערגעשריבן דער נדבן החשוב, און מצד הביהמ"ד האבן אונטערגעשריבן די עסקנים וועלכע שטייען בלי ליאות אין שפיץ פון דעם מאסיוון פראיעקט. מצד הקהילה האט אונטערגעשריבן הנגיד החסיד ר' ישראל חיים קרויס שליט"א – סגן ראה"ק, און דערנאך האט דער רבי שליט''א אונטערגעשריבן בחתי"ק.


תגובות


bottom of page