top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רגש קודש ביי רבבות חסידי סאטמאר צו ווידער-באנייען דעם נאסטאלגישן ביהמ"ד הגדול סאטמאר דעם א' סליחות

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

אלופי אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר זענען ארומגענומען מיט א התעוררות דקדושה, וגילו ברעדה, נאכדעם וואס מען האט זוכה געווען צו "ושמחתים בבית תפלתי", אריינצוטרעטן ביום א' סליחות אינעם בית ה', דעם הייליגן נאסטאלגישן בית מדרשו של רבי, בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, דער צענטראלער בית גדול וקדוש, תל תלפיות וגולת הכותרת, שהתפללו בו צדיקי בית סאטמאר למעלה מיובל שנים, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו כולו אומר כבוד, צום באנייאונג פונעם היכל הגדול המחודש, וואס האט צוגעגעבן א "פנים חדשות" אינעם נאסטאלגישער "תל תלפיות" לשם ולתפארת.


די אנטוויקלונגען האבן זיך אנגעהויבן פאר א יאר צוריק, ווען די עסקני הקהלה, האבן זיך אריינגעווארפן מיט מסירת נפש'דיגע כוחות להרחיב גבולי הקדושה מיט אן אויסנאמליכן פראיעקט לפאר ולרומם להדר ולנצח. דעמאלט האט מען אראפגעריסן די אלטע גאלעריען, ארויפגעצויגן דעם דאך פי כמה, און אריינגעבויעט פראכטפולע הויכע חלוני רקיע וואס האבן אהערגעשטעלט אן אומגעהויערע הרחבת הדעת.


היי יאר, אינעם צווייטן פאזע, איז די בוי-ארבעט אין די לעצטערע וואכן אנגעגאנגען 24 שעה אין מעת לעת ממש, אינוועסטירנדיג אסטראנאמישע 15 מיליאן דאלער אהערצושטעלן דעם ביהמ"ד דאס שענסטע און מלכותדיגסטע וואס נאר מעגליך כראוי לכבוד בית אלוקינו. די בוי-ארבעט איז געווארן געטריבן אין אן אומגעהויערער שנעלקייט, צוליב וואס הזמן קצר והמלאכה מרובה, דארפנדיג גרייט ווערן אויף די תפלות בימי הדין הבעל"ט — און אז מ'זאל קענען אפרעכטן דערינען די הייליגע תפלות ברוב עם הדרת מלך מיט'ן נייעם הערליכן געשטעל.


אין די לעצטע טעג האט מען פאראענדיגט גלאנצן די רצפת העזרה במלוא הודה והדרה, און די זעלבע אין די צוויי גאלעריען פון די "עזרת נשים", וואו מ'האט אריינגעלייגט שווערע מיליאנען במלוא מובן המילה, עס אויסצובויען נאבעל שיין, רחבותדיג און מלכותדיג, אויפ'ן שענסטן אופן לכבוד הראוי.


אין דעם גרויסן טאג פון א' סליחות בהאי יומא דקא גרים, אין דעם טאג ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט בגודל קדושתו באנייעט דעם דעמאלט-נייעם ביהמ"ד, א' סליחות תשכ"ח, און אין דעם יום הגדול ווען ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט דעם פארלאפענעם יאר מיט דמעות מחנך געווען דעם פריש-פארברייטערטן היכל וואס מ'האט בו ביום צום ערשטן מאל ערעפנט, האט מען זוכה געווען צום "והראינו בבנינו", צו קענען אריינקומען זען דעם פראכטפולן תפארת ויופי פונעם גענצליך-פונדאסניי-איבערגעבויעטן בית ה'!


אן איבערראשנדער געפיל, האט ארומגענומען די פילע טויזנטער תלמידים וחסידים וועלכע זענען געקומען צו פארן מכל מקומות מושבותיהם אין די סאמע פריע פארטאגס שטונדן, באשמורת הבוקר, במוצאי מנוחה. ביים אריינטרעטן אין די שערי ההיכל הגדול האט דעם ציבור אפגעווארט א מחזה הוד, ויפג לבם מלהאמין אז דאס איז גאר דער זעלבער לעגענדארער ביהמ"ד הגדול, זעענדיג דעם פאקטישן פנים חדשות – דער היכל כולו אומר כבוד, מוכן ומזומן אנטפאנגען די מקהלות אלפים.


א חרדת קודש האט איינגעהילט דעם היכל בעת ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז ערשינען בהדרו, מעוטף בטליתו פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און איז ארויפגעקומען אויף די שטיגן פונעם ארון הקודש. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן די סליחות מיטן מקובל'דיגן נוסח "אשרי יושבי ביתך", און קולו בקודש האט אפגעהילכט מיט א קלארקייט אינעם גאנצן היכל מיט אלע אירע פליגלען.


אצינד גרייט מען זיך צו די הייליגע תפלות הימים נוראים וועלן אי"ה אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אין היכל האדיר, מיט פריש-אויפגעשטעלטע און פארגרעסטערטע גאלעריען נאכצוקומען פלייץ פון אלפי ישראל לשמוע אל הרינה ואל התפלה.


אין די יעצטיגע טעג ווערט אנגעפירט דער "זיצן פארקויף" אויף די הייליגע טעג, ווען אין ליכט פון די אומגעהויערע נאכפראגע, ווערן די זיצן היי-יאר ארויסגעגעבן אין פארמאט פון "כל הקודם זכה", נאר בלויז פאר ווער ס'איז פולשטענדיג אויסגעצאלט. ספעציעל די פרישע זיצן אויף די גאלעריען וועלכע ווערן יעצט אויסגעכאפט אין א שנעלן ריטעם. ספעציעלע זיצן אפטיילונגען האט מען רעזערווירט אויף די גאלעריען פאר די אברכי הקהילה הק', און צוגעשטעלט א ספעציעלער ממונה וואס זאל זיך אפגעבן מיט די אברכים, צו סערווירן דעם ציבור אויפ'ן בעסטן מעגליכן אופן בסייעתא דשמיא.



תגובות


bottom of page