חסידי וויזניץ מאנסי אין שכונת יוניאן גרייטן זיך צו ערשטמאליגן שבת בצל הקודש פון האד' מוויזניץ מאנסי
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי וויזניץ מאנסי זענען איינגעהילט אין א רגש דקדושה ווען עס איז געמאלדן געווארן די פרייליכע בשורה אז דעם קומענדיגן שבת פרשת ויצא ווען מען וועט זוכה זיין אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועט פראווען אן ערשטמאליגע שבת אין שכונת יוניאן בתוככי עיר מאנסי.
דעם וויזניצער רבי'נס באזוך אויף א שבת אין א אנדערע שכונה פון מאנסי, ווערט אויפגענומען אלס א היסטארישער נייעס, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי האט באוויליגט דאס צו טוהן. דאס קומט אין א צייט וואס עס איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע קרן הבנין קאמפיין אויפצוטרייבן אסטראנאמישע סכומים לטובת דאס אויפבוי פונעם בית מקדש מעט ביהמ"ד אור מרדכי וויזניץ – שכונת יוניאן, בנשיאותו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט געשטעלט זיין עלטסטן אייניקל הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א לכהן פאר אלס רב הביהמ"ד.
די עסקנים ארבעטן שוין פיבערהאפטיג רונדע דעם זייגער צוצושטעלן אלע נויטיגע באדערפענישן ווי עס פאסט פאר אזא שבת נועם הנשמות. דער רבי וועט דארט אפרעכטן דעם ערשטן טייל פונעם סידורו של שבת. שבת אינדערפרי צום דאווענען וועט זיך דער רבי צוריקקערן צו בית מדרשו הגדול אין שיכון וויזניץ, לרגל די מערערע שמחות ביי די חסידים וואס קומען פאר אין ביהמ"ד.






תגובות