בני ברק: שבע ברכות בשמחת בית צאנז - סטראפקוב - צוגעשטעלט דורך חצה"ק סטראפקוב
פרייטאג פרשת ויצא • י' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות צאנז - דיזקוב וויזניץ - סטראפקוב - מאקאווא אין די סטראפקובער ביהמ"ד אין בני ברק בראשות פון די זיידעס האדמור"ים מצאנז און סטראפקוב שליט"א. במשך די שמחה האט די זיידע כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א משמיע געווען דברי תורה וברכה בעניני שמחת בית צדיקים, און איבער די יומא דהילולא קדישא פון זיין פאטער, כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב זצ"ל וואס איז אויסגעפאלן אין די טעג. דער בדחן הרב מענדל יאקאב הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט בדחנות, און מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף ריקודין של שמחה.
ביים שמחה האט זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז מכובד געווארן טאנצן מיטן חתן און די מחותנים, א באזונדערן ריקוד מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און דערנאך מיטן זיידן דער סטראפקובער רבי. באזונדער האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מאנטניא, צאנז זמיגראד, מעזיבוז, גאב"ד פרדס כץ, אב"ד טשערנאביל אלעד און נאך. די זיידע דער צאנזער רבי מכובד געווארן מיטן בענטשן, און די שבע ברכות זענען פארטיילט געווארן פאר די חשוב'ע רבנים וקרובי המשפחה.
































































































































תגובות