top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 6 דקות

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

האדמו"ר מסקולען לעיקוואד ווערט געזעהן ביים ליינען קריאת שמע ביים שמחת הוואך נאכט פון א אייניקל ביי הרבני הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו פון לעיקוואד מגדולי תומכי המוסדות.


דער משגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א ביים אנוואונטשן דער בר מצוה בחור א זון פון הרה"ח ר' משה יוסף צימעט משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן.


היכי דמי קידוש ה': האדמו"ר מזוועהיל פון אמעריקא ווערט געזעהן אין א פריינטליכע שמועס מיט א פרייע איד אינעם JFK לופטפעלד ווארטנדיג אויפצושטייגן דעם פליגער קיין ארץ ישראל.


צווישן די פילע רבנים, דיינים ומורי צדק ביים יערליכן "כינוס הרבנים" פאררופן דורך הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א מגדולי הפוסקים אין ארץ ישראל, מערקט "קרישקעס" הרב דוד רוקח אייניקל פון האדמו"ר מבעלזא.


די אנגייענדע בוי ארבעט ביים נייעם פראכטפולן בנין בית חינוך לבנות"בית שפרה" דחסידי ראחמיסטריווקא ההולך ונבנה אין שטאט בארא פארק.


שיחת חסידים אויף איינע פון די קור ערטער אין שווייץ, ארום דעם טיש ווערן געזעהן: הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ רבי משה בראנדסדארפער גאב"ד היכל הוראה, און הרב שמעון וואלף קליין משב"ק האדמו"ר מבעלזא.


הגאון הגדול רבי אהרן דוד דוננער שליט"א, ראב"ד לאנדאן, באזוכט בקודש פנימה ביי האדמו"ר מפשעווארסק אין אנטווערפן, זייענדיג צוגאסט אין שטאט נאכן מסדר זיין א חליצה.


חסידי סערט וויזניץ זענען זיך משטתח מיט רגשי געגועין אויפן ציון הק' פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל בעת חכמת אליעזר, אין טאג פונעם יארצייט דעם זונטאג.


האדמו"ר מביאלא בית שמש לערנט בחברותא מיט הגאון רבי אליהו מאנצור שליט"א, רב דקהל ספרא פון פלעטבוש, נאך די תפילת שחרית די וואך אין ביהמ"ד.


הרה"ג ר' חיים מאיר רוקח שליט"א, נכד האדמו"ר מבעלזא, באזוכט ביי שאר בשרו האדמו"ר מדעעש אנטווערפן, זייענדיג צוגאסט אין שטאט אויף א באזוך בקרב חסידי בעלזא.


הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם פארלאזט דער כותל המערבי נאך א תפילה דעם מאנטאג באישון ליל.


אבות ובנים: "קרישקעס"באמערקט מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו מנכ"ל מוסדות סאטמאר קרית יואל, לערנען מיט זיין זון ביים ''יום שכולו תורה'' פון מוסדות סאטמאר קרית יואל וואו די תלמידים פון כתה ט' האבן געלערנט אינאיינעם מיט זייערע עלטערן.


דורכאויס א מושב בית דין אינעם בד"ץ העדה החרדית איבער די מקום פריצות בעיה"ק טבריה האט מען דן געווען וויאזוי מען שרייבט די נאמען פון די שטאט טבריה, האט הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הבד"ץ אפגעשריבן א תשובה דורכצוטון די שאלה וואס איז נוגע בעניני גיטין קידושין, און נאכן ברענגען אלע צדדים און מקורות לכאן ולכאן האט ער גע׳פסק׳נט ווי הגאון האדיר בעל מנחת יצחק זצ"ל גאב"ד ירושלים אין שו"ת מנחת יצחק אז מ'זאל שרייבן טבריה מיט א ה"א צום סוף.


שיין בילד פון האדמו"ר מסאטמאר ביי תפילת מעריב די וואך דינסטאג נאכט בבית משפחת גאלדבערגער הנכבדה אין קרית יואל בליל היארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה.


הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר ירושלים שליט"א ווערט באמערקט עוסק זיין אין זיינע שיעורים צווישן מנחה און מעריב אין ביהמ"ד הגדול דק"ק סאטמאר אין קרית יואל.


הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא אין א שמועס מיט העסקן הרה"צ יחיאל טווערסקי שליט"א מנהל קופת החסד אשדוד, זון פון האדמו"ר מטשארנאביל אויפן פליגער קיין ארץ ישראל.


הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א ביים אנצינדן דעם נר תמיד ביים ציון הקדוש פון התנא האלקי ר' מאיר בעל הנס אין עיר הקודש טבריה.


הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א באזוכט ביים נייעם מרא דאתרא אין עיר התורה געיטסהעד, הגאון ר' ישראל מאנטעל שליט"א, א יליד אנטווערפן, בעת זיין באזוך אין שטאט צו באשיינען דעם מעמד ההכתרה וואו דער אנטווערפענער רב האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד.


העסקן ר' יואל ווייס, פון די נאמני הבית ביי האדמו"ר מסאטמאר, ביים ארויסהעלפן מיט די פעקלעך איידער דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט צום מקום הנופש אין ניו העמפשיר, וואו דער רבי שליט"א וועט פארברענגען די קומענדיגע וואכן אויף אפרו.


צווישן די פילע אידן וועלכע האבן פוקד געווען דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן שטפנשטער רבי זי"ע אין גבעתיים, מערקט "קרישקעס" בנש"ק הרב ישראל אברהם ברייער, איינציגער ברודער פון האדמו"ר מבאיאן.


הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א ביי מלוה מלכה דעם מוצאי שבת אין די קאנטרי ביים זינגען דעם באקאנטן "אמר ה' ליעקב" פונעם אלעמען באקאנטער בעל מנגן רבי יום טוב ערליך ז"ל.


הגה"צ רבי יעקב אלי' אונדסדארפער, אבד"ק ראשית חכמה מאנטריאל, ביים שלום נעמען פון זיין פיליעריגער חבורתא האדמו"ר מסאטמאר אינעם מקום הנופש אין ניו העמפשיר.


האדמו"ר מקוזמיר און המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ווערן געזען אויף א תפילה די וואך ביים שריד בית מקדשינו, דער כותל המערבי.


לכבוד די הילולא קדישא פון הרה''ק מטאלטשעווע זי"ע, האט נכדו האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג מנדב געווען א סכום הגון פאר די הוצאות ההילולא, אין עיר הקודש צפת.


האדמו"ר מסאדיגורא מערקט "קרישקעס" אויף א שפאציר בנאות דשא אויף די עסטרייכישע בערג, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' מיכל ראזענבערג פון מאנטריאל, ראש הקהל צאנז.


די מצבה וואס איז געשטעלט געווארן על קברו פונעם מקובל הגה"צ רבי עמוס גואטה זצ"ל ככלות השבעה צו זיין טראגישע פטירה פארלאפענע וואך, ווען ער איז ליידער דערמארדעט געווארן בהיכל ישיבתו.


האדמו"ר מאמשינאוו בית שמש אין א ריקוד מיט בנו היניק אויפ'ן אקסל ביים מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה קדושת לוי אין בית שמש.


האדמו"ר מבעלזא ביים 'לקח און ברוינפן' מוצאי שבעה עשר בתמוז, ביים ארויסנעמען א פענע און שרייבן הערות אין א נייע זמירות לימי בין המצרים, ערשינען היי יאר.


הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר שליט"א, בן האדמו"ר מגור, רייט אויף א פערד און וואגן בעת א נסיעה צו די קברי אבות אין פוילן. לידו ווערט געזען דער מעיאר פון שטאט בני ברק, הרב חנוך זייברט, מגדולי עסקני חצר הקודש גור.


 הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א, דער הויפט רב פון רוסלאנד, פארברענגט ליבליך מיט א יונג קינד געציילטע רגעים בעפאר ער איז אריין בבריתו של אברהם אבינו. דאס קומט נאכדעם וואס דער רב שליט"א האט זיך באגעגנט מיט די אידישע מוטער פונעם קינד מיט עטליכע טעג פריער, און איר איבערגעצייגט צו לאזן אריינברענגען איר זון בבריתו של אברהם אבינו.


אונטער די קוליסן פון א פאדקעסט אינטערוויו פון "עמי"ס" ר' נתנאל גאנץ מיט הגה"צ ר' שלום לאנדא שליט"א, ראש ישיבת עמודא דגירסא ריבניץ.


האדמו"רים מסאדיגורא און ביאלא לאנדאן וואונטשן זיך א גוטע וואך נאכ'ן פארברענגען שבת אינאיינעם אינעם זעלבן האטעל אינעם קור שטעטל קיצוויל אין עסטרייך.


האדמו"ר מזוועהיל מערקט "קרישקעס" אינעם בית המדרש דקהל אגודת אחים אין ציריך, שווייץ, אין א שמועס מיט א לאקאלער איינוואוינער, זייענדיג צוגאסט די וואך אין שטאט לטובת מוסדותיו.


האדמו"ר מפיטסבורג ביי הבדלה פארלאפענעם מוצאי שבת במקום הנופש אינעם שטעטל אישגל אין עסטרייך.


פארגאנגענעם ערב שבת אין די טעג וואס מען האט אפגעצייכנט דעם הונדערטסטן געבורטסטאג פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע, וועלכער איז געבוירן געווארן כ"א תמוז תרפ"ו, איז ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א ארויף צום ציון הקדוש אין חצר פון ישיבת שפת אמת אין ירושלים להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


הרבני הנגיד ר' אליעזר שיינער פון מאנסי אויף א באזוך די וואך במעונו פון מורו ורבו הגה"צ ר' יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א, האדמו"ר מתורת חכם.


מעמד ההדלקה אין די טאהשער ישיבה גדולה אין טשעסטער, ניו יארק, לכבוד הילולא קדישא פון הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, ווי ס'איז געווען דער מנהג פון הרה"ק הסבא קדישא מטאהש זי"ע צו צינדן א מדורה אין טאג פונעם יארצייט פונעם עטרת צבי.


דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' שלמה טריכטער מערקט "קרישקעס" במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים מקבל זיין ברכת קדשו נאך א מאורע די וואך.


 האדמו"ר מפיטסבורג אויף א שפאציר צווישן די אלפן בערג אין עסטרייך, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' בנציון שטאנגער, משב"ק האדמו"ר מוויזניץ.


די געניאלע הזמנה צום שמחת הוואכנאכט פונעם טאלאנטפולן איש המעש ר' מענדל סאמעט הי"ו וואס האט געדינט אלס טשעירמאן ביים היסטארישן עצרת מחאה אדירה קעגן די גזירת הגיוס, דעם ווינטער ברחובות העיר מאנהעטן.


העסקן ר' יוחי פליישמאן פון די בארימטע YF פראדאקשענס, ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון גאב"ד סאטמאר מאנסי, נאכן קאארדינירן דעם פרעכטיגן מעמד סיום חצי ש"ס אינערהאלב ק"ק סאטמאר מאנסי.


גאב"ד סאטמאר מאנסי ווערט באמערקט עוסק זיין בתורה ביים סדר הלימוד איידערן מעמד סיום חצי ש"ס דורך ק"ק סאטמאר מאנסי.


די בארימטע עסקן און מארקעטער הרה"ח ר' שלום אלי' פעלבערבוים הי"ו מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא, ביי זיין אויפטריט פארן קאמפיין לטובת תלמוד תורה בית יצחק 'ווארקא' אין לעיקוואד, וועלכע שטייט בנשיאות הגה"צ רבי אברהם ישי קעניג שליט"א.


שיין בילד פון גאב"ד מאקאווא ביים דינען אלס סנדק ביי א ברית די וואך ביים ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון.


האדמו"ר מסאדיגורא ווערט געזען עוסק זיין בתורה בחברותא אינאיינעם מיט הרב שמואל ריבנוביץ, דער רב הכותל והמקומות הקדושים, אינעם האטעל אין עסטרייך וואו דער רבי שליט"א וויילט די טעג אויף אפרוה.


דער היסטארישער גארטל פונעם הייליגן בארדיטשובער רב זי"ע בעל קדושת לוי, וואס וועט ערצייגט ווערן ביים גראנדיעזן "היכלות" פארשטעלונג וואס וועט פארקומען דעם בין הזמנים, אין ירושלים, צווישן נאך פילע חפצי קודש פון די פריערדיגע צדיקים וואס וועלן דארט פארגעשטעלט ווערן.


העסקן הרב מרדכי בבציק מנאמני בית האדמו"ר מגור, ביים אונטערשרייבן אויפן מגילת היסוד וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אינעם אבן הפינה פארן בית המדרש הגדול והחדש מרכז עולמי דחסידי אלכסנדר אין בני ברק.


שיין בילד פון האדמו"ר משומרי אמונים קרית גת ביים ציון פון אמו הרבנית משומרי אמונים ע"ה במרומי הר הזיתים לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן די וואך.


האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק איז מזכה א איד א בעל תשובה מיט תפילין אין זיין בית המדרש אין וואודבורן.


ליטשי פרוכט צוגעשטעלט ביים תיקון אין איינע פון די בתי מדרשים דחסידי קארלין סטאלין אין ארץ ישראל, אויף וואס די חסידים האבן געמאכט א שהחיינו, ווי ס'איז געווען נהוג מאז ומקדם אין טאג פון כ"ב תמוז, די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע.


אדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק ביים הערצליך באגריסן באזוכער בעלי עגלה פארנט פון כלל ישראל'ס שול אין וואודבורן, דער רבי האט כדרכו זיך אפגעגעבן מיט זיי אויף זיין ליבליכע שטייגער.


א ברכת מזל טוב פאר האברך החשוב ר' בנימין קובלסקי פון די געטרייע מיטארבעטער אין די "די וואך" שטאב אין ארץ ישראל, לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו בכורו, ר' בנימין ווערט געזעהן בקודש פנימה ביי רבו האדמו"ר מנדבורנה לכבוד די שמחה.



bottom of page