קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 9 דקות

דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש
הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ווערט באמערקט אין א טאנץ מיט הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים ביי די חתונה בבית משפחתו מיט אן אייניקל פונעם איש החסד הרה"ח ר' אפרים שטערן שליט"א מראשי ק"ק סאטמאר אין ירושלים.

רבני עיר לאנדאן מיט א שארפע בריוו נאך וואס א גרויסער צאל מיידלעך זענען נישט אנגענומען געווארן אין די סעמינארן אין שטאט, מיט אן איסור צו עפענען סיי וועלכע סעמינאר צום נייע לערן יאר ביז אלע מיידלעך ווערן אנגענומען.

"נסיעה״ טרעוול שטעלט אהער א מעין עירפארט ביים ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי וואו די חסידים האבן אריינגעטשעקט די באגאדזשן צום נסיעה הגדולה, בראשות האדמו"ר מוויזניץ מאנסי קיין ארה"ק.

בשעת אן אויפריט פון הרה"ח ר' אביגדור שלום שווארטץ הי"ו פון די עתיקים ליציטאציע פירמע ביים מעמד הכרת הטוב פאר בחורי חסידי סאטמאר פון קרית יואל וואס האבן געשאפט גרעסערע סכומים פאר'ן קופת שקל הטהור, שטעלט ער פאר א הייליג "ווייסע וועסטל" פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס שטייט יעצט צום פארקויפן.

דער בארימטער בדחן און משמח אלוקים הרב יעקב מיללער שליט"א מיארמע ווערט געזען ביי א שמחה צוזאמען מיט ש"ב האדמו"ר מניקלשבורג נאכן זיין אפוועזענד א לענגערע צייט צוליב זיין מצב הבריאות.

א רירנדע מאמענט ביים היינטיגן הגרלה אויף די זילבערווארג מעזבונו פון הרה"ק בעל ״ברך משה״ מסאטמאר זצוק״ל: הרה״ח רבי חיים שלמה פישער הי"ו, משב״ק האדמו"ר מסאטמאר, גיט איבער פאר הרה״ח רבי משה פריעדמאן שליט״א דער לעגענדארער משב״ק ביי אדמור"י בית סאטמאר איינע פון די הגרלה־צעטלעך וואס איז ארויסגעקומען אינעם גורל.

הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים שליט''א הערט זיל צו מיט אינטערעסע צו די הארציגע דאנק ווערטער פון א בחור וואס האט באקומען זיין ענדגילטיגן פטור אדאנק די איבערמידליכע ארבעט פון די הצלה מגיוס אפיסעס שע"י קרן ויואל משה, ביים "כינוס המצילים" פארלאפענעם וואך.

הנהלת כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאטמאר די וואך אין בעפארברייטונג צו א גרויסע קאמפיין צו דעקן א 2 מיליאן בודזשעט־לאך, וואס איז געשאפן געווארן צוליב די דראסטישע ירידה אין ווערד פונעם אמעריקאנער דאלאר.

האדמו"ר מקאפיטשניץ באטייליגט זיך ביים מלוה מלכה דעם מוצאי שבת במעונו פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק לרגל א משפחה שמחה.

מאיעסטעטישע מגילת יוחסין ביים שמחת החתונה בבית הנגיד ר' אייזיק לעפקאוויטש הי"ו אין לעיקוואד, רעכנט אויס העכער 1,250 זיידעס און באבעס פון די משפחה. דער ריזיגער אויסשטעלונג, אין מאסיווע גרויסקייט, איז אויסגעארבעט געווארן דורך דעם באקאנטן חוקר יוחסין הרב יוסף נחמיה הכהן קוואדראט הי"ו פון לאנדאן.
צונויפשמועס ביים היינטיגן זילבערווארג חלוקה אין סאטמאר, צווישן הרב חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר און הרב יהושע הערש פריעדמאן הי"ו רעדאקטאר פון "דער איד" אינאיינעם מיט אחיו הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו.

האדמו"ר מסאטמאר באזוכט ביי די אנגייענדע בוי ארבעט אינעם בית המדרש הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, וואס ווערט שוין אט אט פארענדיגט לקראת די ימים טובים הבאים לקראתינו לשלום.
אינעם הכנסת אורחים אין שטאט קאזניץ אין פולין מערקט "קרישקעס" האדמו"ר מקאזניץ אין א שמועס מיטן בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט, דער מלחין ר' משה צבי וויינטרויב און דער חסידישער חוקר און אנטיק מומחה ר' יהודה ברייער פון עתיקות.

גדולי ישראל ביים דורכפירן די ערשטע פאקטישע נדבה כדי עקספערימענטירן די נייע קרעדיט קארד סיסטעם וואס איז אינסטאלירט געווארן במעונם מיטן ציל מזכה צו זיין די טויזנטער אידן וואס באלאגרן די שטיבער פון די גדולי ישראל די לטובת דעם גלאבאלן "קרן עולם התורה".
הארצרייסנדע מודעה ארויסגעשטעלט ביים בליץ קאמפיין לטובת די קרן יתומים פון הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ צאנז קלויזענבורג מעלדט איבער אנולירטע שיעור אין ליכט פון די פריצייטיגע פטירה פונעם דיין.

א הערליכע מעמד חיזוק און פריצייטיגער בר-מצוה איז פארגעקומען אין מחנה חיים ושלום מונקאטש אין מאנטיסעלא, פאר הבחור שלומי גרמי הי"ו, זון פון הרב יהודה גרמי שליט"א, דער הויפט רב פון די אידישע קהילה אין איראן. דער רב וועלכע געפונט זיך אין ניו-יארק די טעג, פירט דורך א צאל באזוכן צו ערלעדיגן און אויפטון פאר זיינע בני הקהילה, און צווישן אנדערע אנגעקומען צו די מונקאטשער קעמפ, ווי די קינדער האבן אהערגעשטעלט א רייכע פראגראם פאר דער זון פון דער איראנער רב.
המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז פוקד דעם ציון הק' אין מירון אין א שטילער מינוט אריינכאפנדיג צו מתפלל זיין אויף א גוט יאר.

הרה"צ רבי שלמה שמחה האלבערשטאם שליט"א מצאנז זמיגראד מערקט "קרישקעס" ביים הארעווען על התורה ועל העבודה אינעם צאנז זמיגראדער כולל אין בני ברק, וואו מען האט די וואך אנגעהויבן דעם זמן מיט א פרישקייט, בעת אחיו הגדול האדמו"ר מצאנז זמיגראד האט זיך אומגעקוקט ביי די סדרי הכולל.


צווישן די פרחי החסידים אויף די פארענטשעס ביים שמחת פדיון הבן דעם מוצאי שבת בחצר הקודש בעלזא, מערקט "קרישקעס" דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' נפתלי לרר ביי די עבודת הקודש צו פאראייביגן די שמחה.

האדמו"ר הרה"צ ר' שמואל צבי הורוויץ שליט"א מבית שמואל צבי ד'ספינקא ביי הבדלה פארלאפענעם מוצאי שבת אין ספינקא בית המדרש אין וואודרידזש, בעת אחיו הגדול אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא פון ארה"ק קוקט זיך צו פון דער זייט מיט התבטלות און הכנעה.

הונדערטער וויזניצער חסידים שטייען אויסגעשורה'ט אויף די אמרי ברוך גאס אין קרית וויזניץ בני ברק, ביים מקבל פנים זיין האדמו"ר מוויזניץ, וועלכער האט זיך די וואך אומגעקערט קיין ארץ ישראל נאכ'ן פארברענגען די לעצטע צוויי חדשים אין שווייץ אויף אפרוה.
האדמו"ר מוויען נאך הבדלה אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען אין לאק שאלדעריק פארלאפענעם מוצאי שבת, דער אונטערשטער שבת פונעם זומער סעזאן
האדמו"ר מאופעלע פארברענגט אינעם הכנסת אורחים אין פשיסחא מיט די צוויי בעלי מנגנים הרב ר' אהרעלע סאמעט און הרב ר' משה צבי וויינטרויב, ביומא דהילולא פון הרה"ק דער רבי ר' בונם פון פשיסחא זי"ע.

די וואך, נאכן זיך אומקערן פונעם מקום הנופש אין פראנקרייך, האט הגאון רבי אשר ווייס שליט"א, גאב"ד דרכי תורה, מיטגעטיילט מיט די מקשיבי השיעור זיינע הרגשים נאך זיין שיינע וואקאציע צווישן די פראנצויזישע אלפן בערג, ווי ער האט אויסגענוצט די צייט צו לימוד והרבצת התורה.
האדמו"ר מערלוי פארלאזט די מערה אין אתרא קדישא מירון, וואו דער רבי האט מתפלל געווען לכבוד דעם נייעם יאר.
אויסצוג פון א דרשה דורך הגה"צ ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק ביים יערליכן דינער לטובת ארגון שיעורי תורה אין בארא פארק, איבער די נחיצות פון לערנען הלכה, וואס איז ליידער נאכגעלאזט געווארן בימינו אלה.
די וויזניצער וועד הנסיעה מיט א באגריסונג פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער און זיין רעכטע האנט ראפי זילבערבערג, פאר'ן ערלעדיגן די לעגאליטעטן פון די טשארטער פליגער צום מסע הקודש פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי קיין ארה"ק.

בעלזער חסידים כאפן זיך אויף די שיריים פון מורם ורבם האדמו"ר מבעלזא בשעת'ן שמחת פדיון הבן דעם מוצאי שבת בחצר הקודש בעלזא.

דער ערשטמאליגער עמקות'דיגער שיעור פון הרה"ג ר' יוסף חיים שניאור קאטלער שליט"א בנו יחידו פון הגאון ר' אריה מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת לעיקוואוד, וואס ער האט איבערגעגעבן די וואך אין די גרויסע לעיקוואודער ישיבה.
ביים התוועדות חודש אלול וואס איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין בני ברק, מערקט "קרישקעס" ארום דעם טיש האדמו"ר מצאנז זוועהיל, הגה"צ רבי אהרן שפירא שליט"א גאב"ד פרדס כץ, הגה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א אב"ד מאכנובקא בעלזא ירושלים, און נאך משפיעים פון די ליובאוויטשער קרייזן ביים אינאיינעם מתוועד זיין בדרכי החסידות.

הנגיד החסיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג איז קובע א מזוזה אין די נייע אפיסעס פון מרכז עזרה ויעוץ אין ירושלים. לידו ווערט געזען דער ראש המצילים, העסקן הרב שמעון שישא הי"ו, יושב ראש המרכז.

הערליכע זילבערנע קבלת פנים/חופה סעט, צוגעשטעלט דורך העריטעידזש זילבער, ביים נגידיש'ן חתונה בבית הנגיד ר' אייזיק לעפקאוויטש פארגעקומען אין לעיקוואוד.
אויסצוג פון די סקווירא גליון "בחצר הקודש", ווי האדמו"ר מסקווירא טוט אויסרימען קאנגרעסמאן מייק לאולער אין א שמועס מיט א דעלעגאציע רבנים מטעם די וועלט-בארימטע OU כשרות ארגאניזאציע.

האדמו"ר מתולדות אהרן ביים טאנצן מצוה טאנץ ביי די חתונה פון אן אייניקל ביי זיין ברודער האדמו"ר מנחלת אהרן, מיט גארטלעך וועלכע זענען פארבינדן איינס מיטן צווייטן פונעם אויבן אן ביז צו די כלה אינעם עזרת נשים.

שיין בילד פון האדמו"ר מצאנז ביי תקיעת שופר דעם ראש חודש אלול.

הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו, יושב ראש אגודת ישראל דאמעריקע, באזוכט במעון תורתו פונעם ראש ישיבה הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט"א, דן צו זיין בעניני השעה צו די באפארשטייענדע וואלן אין ארץ ישראל.

האדמו"ר מבוטושאן פון בארא פארק, אינאיינעם מיט זיין שוואגער, דער באקאנטער עסקן און איש חינוך הרב מרדכי בלוי, באזוכן ביים ראש ישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אין בני ברק, מקבל צו זיין עצה ותושיה.

האדמו"ר מבאבוב-45 לערנט בחברותא מיט צוויי בחורים, תלמידי הישיבה קטנה, וועלכע האבן זוכה געווען בגורל אויף די זעלטענע געלעגנהייט צו קענען לערנען בחברותא מיט'ן רבי'ן.

דער מקובל, הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א, איז משמיע דברי התעוררות נאכ'ן טעגליכן שיעור פון האדמו"ר רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם בבית מדרשו אין ירושלים.

שיין בילד פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביי ברכת כהנים ביי תפילת שחרית איינע פון די טעג די וואך, וויילנדיג אין עיה"ק ירושלים. אינעם הינטערגרונד באמערקט "קרישקעס", דעם רבי'נס בילד במלוא הדרו.

די מאסיווע הכנות צום גרויסן שבת אין אתרא קדישא מירון בראשות האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, דעם שבת קודש פרשת כי תבוא.
למצוה גדולה יחשב: זוכעניש נאך א נדבן צו דעקן א טיקעט פאר א חשוב'ן יונגערמאן מיטצופארן מיט די נסיעה דורך האדמו"ר מוויזניץ מאנסי קיין ארץ ישראל, באמערקט אויפן לוח מודעות ביים בית המדרש הגדול לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי.

טעימה קלה פונעם פתיחת זמן אלול אין די בארימטע ישיבת עטרת שלמה אין ראשון לציון בנשיאות הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה.
הגה"צ רבי יוסף משה דוב האלבערשטאם שליט"א, רב דחסידי צאנז אין אמעריקע, איז עוסק בתורה אויפ'ן פליגער קיין אמעריקע, וואו דער רב באזוכט די טעג צווישן די קהילות הקודש דחסידי צאנז.

דער טשעק מיט'ן פאנטאסטישן סומע פון 175,000 דאלאר וואס די הונדערטער תלמידי ישיבה קטנה דסאטמאר אין קרית יואל האבן צוזאמגעשטעלט אין די טעג ארום כ"ו אב, די הילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, לטובת דעם פערזענליכן צדקה קאסע פון האדמו"ר מסאטמאר, קופת שקל הטהור, ערצייגט ביים מסיבת הכרת הטוב די וואך פאר די חשוב'ע בחורים בהשתתפות פונעם רבי'ן שליט"א.

אין א ווינקל ביים סקולענער חלקה אויפ'ן וויזניצער בית החיים אין מאנסי, מערקט "קרישקעס" דער ענערגישער דירעקטאר פון דער פאפולערער JDN פלאטפארמע, בנש"ק הרב נחום מאסקאוויטש הי"ו.

הרב הגאון רבי דוד גראס שליט"א מערקט "קרישקעס" אויפן דאך בביתו נאוה קודש פון זקינו הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, בשעת בעלי מלאכה האבן געארבעט צו עפענען דעם דאך פון די הייליגע סוכה מיט וואס דער צדיק רבי ישעי'לע האט זיך באנוצט בחיים חיותו.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין אין א שמועס מיט די בעלי מלאכה ביים ביהמ"ד הגדול והחדש ראחמיסטריווקא אין די אוקענוויין געגנט אין לעיקוואוד, וואו מ'האט דיסקוסירט די לעצטע פאזעס און פיטשעווקעס פון די בוי ארבעט, זיך גרייטנדיג צום פתיחת הבנין דעם מוצאי שבת סליחות.
הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, בעל עגלי דבש, אויף א באזוך ביי האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא בביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

א דעלעגאציע בשליחות האדמו"ר מבעלזא, אין שפיץ פונעם לעגענדארן משב"ק הרב שמעון וואלף קליין הי"ו, ביים מנחם אבל זיין דעם מעיאר פון ירושלים משה ליאון נאך די פטירה פון זיין פאטער, וואו דער רב שליט"א האט ספעציעל אפגעשריבן א מכתב תנחומין פאר'ן מעיאר וועלכער שטייט שטענדיג צו די האנט פון קהלה קדושה און מוסדות בעלזא אין ירושלים.


שיין בילד פון האדמו"ר מבאבוב-45 ביים פארברענגען ליבליך מיט אן אייניקל, גייענדיג אין שול דעם ערב שבת, אין מחנה ישיבה קטנה תפארת שלמה דבאבוב-45 אין מאנטיסעלאו.

האדמו"ר מקאזניץ ווערט געזען ליינען קוויטלעך על יד הציון הק' פון זיינע גרויסע זיידעס, די הייליגע קאזשניצער מגיד וצאצאיו הק', אין שטאט קאזניץ אין פוילן.

האדמו"ר מביאלא ביים אנטון די מלבושים פאר נאמן ביתו, החתן משה ראטענבערג, איידערן ארויסגיין צו די חופה בשעה טובה ומוצלחת.
האדמו"ר ממבקשי אמונה באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אין בית שמש, וואו דער רבי שליט"א האט איינגעריסן ביים גאון ער זאל בכח תורתו מבטל זיין אלע שווערע גזירות וואס הויערט אויפ'ן עולם התורה.
האדמו"ר מסקולען מאנסי ביים מיטהאלטן די מצוה טאנץ פון אחיו הצעיר האדמו"ר מסקולען לייקוואוד ביי די חתונה פון החתן יום טוב רייך, געטרייע הויז בחור ביים סקולענער רבי'ן פון מאנסי, וואס איז פארגעקומען די וואך אין שטאט לייקוואוד.
טאלאנטפולער הר"ר וועלוול שמעלצער הי"ו ראש המדריכים אין די מונקאטשער קעמפ איז מקבל פנים האדמו"ר ממונקאטש ביים יערליכן באזוך אין אין קעמפ, צום שלוס פונעם זומער סעזאן.

תושבי פאנאמא זענען מקבל פנים דעם לעיקוואודער ראש ישיבה, הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, אנקומענדיג אויף א באזוך אין שטאט אין ראם פון די מסע הגדולים לטובת דעם קרן עולם התורה.
האדמו"ר מוויזניץ מאנסי ווערט באגריסט דורך די חב"ד שליחים אינעם קענעדי לופטפעלד, אפרייזנדיג אויף די נסיעה "לבקר בהיכלו" קיין ארצינו הקדושה.

הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם שליט"א, רב דחסידי צאנז אין אמעריקע, מערקט "קרישקעס" ביים מעיין זיין אין א ספר אין א לאקאלע ספרים געשעפט וויילנדיג אין מאנסי אויף א באזוך בקרב הקהלה.

האדמו"ר מביאלא בני ברק ווערט באמערקט ביים כאפן פיש לכבוד שבת ביים טייך אין שטאט פשיסחא אין פוילן, וואו דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אויף אפרוה.

די באשיידענע חתונה בריוול וואס האדמו"ר מזוטשקא האט ארויסגעשיקט פאר די חסידים און מעריצים צו די חתונה פון בנו החתן, ערשיינט מיט דעם רבינס נאמען אן קיין טיטלען און גינוני אדמורו"ת.

דער מקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א אין א שמועס די וואך מיט הרה"ח ר' ישראל יוסף פרערויא משב"ק האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג, נאך תפילת שחרית אין די קביעות'דיגע נץ מנין ביים כותל המערבי.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עתא מערקט "קרישקעס" אינעם לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין ניו יארק. דער רבי שליט"א ווערט געפירט אויף א רעדער-בענקל, צוליב א מיחוש וואס דער רבי ליידט אויף די פיס ל"ע.

המוזג כוס לתלמיד חכם: האדמו"ר מתולדות אהרן ביים אנגריסן מאראנצן זאפט פאר'ן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביי א באזוך די וואך, וועלנדיג משמש זיין דעם גרויסן גאון, וועלנדיג מקיים זיין שימוש תלמידי חכמים.






תגובות