קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני 20 דקות
- זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש
הרבני הנגיד הרב שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא אויף א באזוך ביי האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, לרגל די שמחת החאלאקע פון אן אייניקל.

צווישן די טויזנטער מתפללים ביים ציון הק' פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע, מערקט "קרישקעס" הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו וואס האט זיך געפינען די וואך צוגאסט אין ארץ ישראל.

די שיירא פון האדמו"ר מבעלזא ביים אנקומען במרומי הר המנוחות צום ציון הקדוש פונעם פעטער הרה"ק מבעלזא זי"ע בליל ההילולא קדישא.
די שוואגערס, האדמו"ר מזוועהיל און הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א, בנו הגדול פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, אין א ריקוד נלהב ביים שמחת השבע ברכות די וואך בחצר הקודש זוועהיל אין מאנסי.
האחים האדמו"רים מסקולען פון וויליאמסבורג, מאנסי און לעיקוואוד באזוכן אינעם זומער-היים פון הרב החסיד ר' הערשל וועבער הי"ו, מייסד ארגון הצלה, אין קאניאגא לעיק.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א ביים ארומגיין מזכה זיין אידן אין ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל לטובת כולל עצי חיים אין בני ברק.
האדמו"ר מליסקא מערקט "קרישקעס" בנאות דשא אויף די גאסן פון בארא פארק, אינאיינעם מיט בנו חביבו העסקן הרב עזרא פריעדלענדער הי"ו.

דער לעגענדארע משב"ק פונעם הייליגן אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, יבדלחט"א הרה"ח ר' מנחם אליעזר מאזעס שליט"א, ברעכט אויס אין א געוויין בשעת דער גראמער רופט אים אויס צו מצוה טאנץ, ביי א חתונה די וואך, דערמאנענדיג זיין פערזענליכן קשר מיט די גדולי וצדיקי הדור נבג"מ.
"קרישקעס" באמערקט א יונגל מתלמידי מוסדות סאטמאר ביים נעמען די בחינה בכתב אויף מסכת שבת אין תלמוד ירושלמי בעפאר די גראנדיעזע מעמד הסיום וואס איז געפייערט געווארן דורך העכער פינף הונדערט לומדי חבורת "תורתך שעשועי" ד'סאטמאר.

האחים האדמור"ים מוויזניץ פון לאנדאן און בית שמש פארברענגען אינאיינעם ביי א פת שחרית אינעם אכסניא פונעם לאנדאנער רבי אינעם שטעטל הר יונה.

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג אין א שמועס מיט העסקן ר' אלי' דויטש פון ביתר, מקורב ביי גדולי ישראל, ביים שבעה בחצר הקודש הארנסטייפל. פאריגע וואך.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא באטראכט די היסטארישע מנורה פונעם פעטער הרה"ק מבעלזא זי"ע מיט וואס ער האט געצינדן די חנוכה ליכט אין ארץ ישראל, ביים גייסטרייכן "היכלות" פארשטעלונג אין ירושלים.

האדמו"ר מוויען טרעט אויף ביי די סעודת הילולא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין גאלטור, עסטרייך, וואו דער רבי שליט"א וויילט די טעג אויף אפרוה.

האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים ביים אנוואונטשן איינער פון די גיבורי החיל וואס האט געשמאכטעט אין טורמע אינאיינעם מיט זיין ניי געבוירן קינד, מיט וועמען ער האט זיך ענדליך פאראייניגט נאך לענגערע וואכן שמאכטן אין טורמע

טעימה קלה פונעם היסטארישן "היכלות" פארשטעלונג אין די גיגאנטישע בניני האומה פעסטונג אין ירושלים.
האדמו"ר המקובל רבי שלמה בוסו שליט"א באטראכט דעם שטול פון הגה"ק מהרי"ל דיסקין זי"ע ביים היכלות פארשטעלונג אין ירושלים.

די הכנות צום יארצייט פון הרה"ק מטאהש זיע"א אין פולן שוואונג, ווען טויזענטער פארציעס ווערן צוגעגרייט אינעם בית התבשיל בביתו נאוה קודש, פאר די ריזיגער ציבור געסט ערווארטעט אין טאהש בימי ההילולא קדישא.
דער ראשון לציון, הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א, ביים טרינקען לחיים דעם כ"א אב אינדערפרי נאכ'ן דאווענען אינעם קביעות'דיגן מנין פונעם באקאנטן בעלזער עסקן הרב אבא חייא פריעד פון לאנדאן, אינעם מקום הנופש אין סאנט אנטאן, עסטרייך.
האדמו"ר מסאדיגורא איז מתפלל א תפילה חרישת ביים ציון פון אביו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעצם יומא דהילולא.
זעלטענער טייערער דורן דרשה איז געשאנקן געווארן לכבוד די בר מצוה פון א זון פונעם בארימטן נגיד ר' אברהם ספרא הי"ו דורך די ישיבה עטרת שלמה, א מיניאטור ארון הקודש נאכגעמאכט דעם שענסטן ארון הקודש אין דער וועלט וואס געפונט זיך אין ישיבת עטרת שלמה אין ראשון לציון, מיט א קליינע ספרדישע ספר תורה וואס פילע גדולי ישראל האבן אריינגעשריבן אן אות.

הערליכע מלכות'דיגער טיש מיט נייע זילבערווארג אנגעגרייט פאר הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א לכבוד דעם געהויבענעם שבת אין די שטאט דינוב אינאיינעם מיט די תלמידי מתיביבתא תורה ויראה ד'סאטמאר.

טרויעריגע סצענע ווי חסידי חב"ד באטראכטן מיט ווייטאג די איבערגעבליבענע חורבנות פונעם הכנסת אורחים צענטער סמוך ונראה צום ציון הק' פון הייליגן בעל התניא זי"ע נבג"מ אין האדיטש וואס האט גענצליך אפגעברענט עד היסוד בה.

הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, אינאיינעם מיט'ן ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, באטראכטן היסטארישע כתבי ידות פון חפצי קודש ביים גייסטרייכן היכלות פארשטעלונג אין ירושלים.

צווישן די טויזנטער באזוכער ביים היסטארישן היכלות פארשטעלונג אין ירושלים, מערקט "קרישקעס" די צוויי שוואגערס, הרה"צ רבי יוחנן שוחט שליט"א, זון פון האדמו"ר מקארלין סטאלין, און הרה"צ רבי ישראל לעמבערגער שליט"א, זון פון גאב"ד מאקאווא, ביידע איידעמער ביי האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ.

מתפללים פון ביהמ"ד החדש באר מנחם קאלוב אין בארא פארק באטראכטן די היסטארישע בענק אויף וועלכן די תלמידים זענען געזעצן אין ישיבת באר מנחם אין קאלוב אונגארן וואס זענען איבערגעבליבן נאכן קריג, און זענען יעצט אריבערגעברענגט געווארן צום ניי געבויעטן בית מדרש המפואר וואס ווערט גערופן על שמו ולזכרו.

גאב"ד קראסנא אויף א מסיבת לחיים בבית הרבני הנגיד מו"ה אברהם ווידער שליט"א מעיאר פון שטאט קרית יואל לרגל דער קנין זכות אינעם בנין החדש אין מחנה אהל ברוך קראסנא אין די קאנטרי בערג.

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן ביים קריאת השם פון זיין ניי-געבוירן טאכטער נאכ'ן עולה זיין לתורה דעם מאנטאג בבית מדרשו אין לאנדאן, זייענדיג די ערשטע שמחה ביים רבי'ן אין הויף זינט ער האט איבערגענומען די כתר האדמורו"ת.
די משפחת המלוכה, נכדי האדמו"ר מבעלזא, אין א פייערדיגן ריקוד ביים שמחת הברית פון אן אור-אייניקל ביי האדמו"ר מבעלזא, בן הנולד ביי הרב ישראל מנחם נחום רוקח.

האדמו"ר מפיטסבורג באטראכט חפצי קודש פון די צדיקים הקודמים תלמידי הבעש"ט הק' ביים היסטארישן "היכלות" פארשטעלונג אין עיה"ק ירושלים.

כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט באזוכט די וואך ביים פעטער האדמו"ר מביאלא בני ברק, לברך ולהתברך בברכת השנים.

געניאלע מודעה ארויסגעשטעלט אין בעפארברייטונג צום מעמד פתיחת המגבית לטובת איגוד מוסדות ויזניץ, וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך אין בית המדרש הגדול גור אין ירושלים, שטרייכט אונטער די שמירת הזמנים וואס וועלן געהאלטן ווערן גאר שטרענג כמנהג המקום.

די רירנדע בריוו פון האדמו"ר מפיטסבורג פאר די ראשי הוועד פונעם היסטארישן היכלות פארשטעלונג, וואו דער רבי דריקט אויס זיינע הרגשים נאכ'ן באזוכן ביים פארשטעלונג, אינאיינעם מיט בני משפחתו.

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים ביי א מסיבת לחיים נאכן דאווענען במקום הנופש אין עסטרייך לכבוד די יארצייט פון כ"ק האדמו"ר מבוהוש זצ"ל.

האדמו"ר רבי רפאל אבוחצירא שליט"א באזוכט ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אינעם מקום הנופש אין הר יונה.

האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שפאצירט אויף די שטילע גאסן פונעם נייעם ישוב הר יונה וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אין לויף פון די לעצטע צוויי וואכן אויף אפרוה.

האדמו"ר מסקולען ירושלים באדאנקט דעם באקאנטן בדחן ר' בנציון ברעכער הי"ו נאך א משפחה שמחה די וואך, וואו ר' בנציון האט מעורר געווען די הערצער פון די משתתפים מיט זיינע רירנדע דיבורים און חרוזין.

דער הויפט רב פון איראן, הרב יהודה גאראמי, מערקט "קרישקעס" אויף די וויליאמסבורגער גאסן מיט די באקאנטע רייזנדער ר' משה קליין, אין א שמועס מיט הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א, משב"ק האדמו"ר מסאטמאר.

האדמו"ר מווערדאן פון בארא פארק ווערט געזען ביים גרעניץ צווישן אוקראינע און אונגארן, אונטערוועגנס צום ציון הקדוש פון זקינו הרה"ק רבי מרדכי'לע פון נאדווארנא זי"ע אין בישטינא.

האדמו"ר מסאדיגורא ביים אנצינדן דעם נר תמיד וואס ברענט רונדע דעם יאר אין בית המדרש הגדול סאדיגורא לעילוי נשמתו הטהורה פון אביו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעל עטרת ישראל לכבוד די יארצייט, שטייענדיג ביים אריינגאנג פונעם דאווען שטוב פון אדמור"י בית סאדיגורא.

הנגיד החסיד רבי אברהם בראך, מראשי ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, אין א טאנץ מיט'ן ספר תורה ביים חגיגת הכנסת ספר תורה די וואך אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא.

שיין בילד פונעם אדמו"ר מוויען ביים זיך מעטף זיין בטליתו איידער'ן צוטרעטן צום עמוד צו תפילת מנחה ערב שבת אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען.

הרה"צ רבי שלום עוזר האגער שליט"א, זון פונעם אדמו"ר מסערט וויז'ניץ, באטראכט די היסטארישע שטריימל פון זקינו הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע, מאוצרו הטוב פון האדמו"ר משאץ וויזניץ, ביים היסטארישן "היכלות" פארשטעלונג.

העסקן הרב אליעזר סורוצקין, יו"ר ארגון לב לאחים, אין א באגעגעניש מיט הרבני הנגיד רבי ראובן וואלף, יו"ר קרן עולם התורה, ביים ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון.

האדמו"ר מאונגוואר איז מתפלל ביים ציון הקדוש פון צדיקי בית גור אין חצר פון ישיבת שפת אמת אין ירושלים.

הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א, בנו יחידו פון האדמו"ר מוויזניץ, טרעט אויף מיט א דרשה ביים סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין ישיבת בית שמעון אין מחנה בני בעלזא.

בנש"ק הרב חיים שטיין, משב"ק האדמו"ר ממונקאטש, מערקט "קרישקעס" בסוד שיח מיט האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין ירושלים די וואך.

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א, בעל תשובות והנהגות, ביים אנוואונטשן זיין אור-אייניקל, הילד החלאקע, זון פון נכדו חביבו ויד ימינו הרה"ג ר' פנחס שטערנבוך שליט"א.

הגאון רבי יעקב בענדער שליט"א ראש ישיבת דרכי תורה, הגאון רבי משה ברוין שליט"א אב"ד אגודת ישראל אין וועסט לאורענס, און הגאון רבי אברהם אייזען שליט"א פוזנא רב, מייסד רשת הכוללים ש"ס אידן אין א תורה'דיגע שמועס וויילנדיג צווישן די קאנטרי בערג.

הרה"ח הישיש ר' נח לאנגזאם, מזקני חסידי בעלזא אין בארא פארק, ביים דורכגיין וואונטשן מזל טוב פאר רבו האדמו"ר מבעלזא נאך די קריאת שמע ליינען פון אן אור-אייניקל ביים רב שליט"א.

גאב"ד מאקאווא איז זיך משתתף ביים סעודת הילולא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע בביתו נאוה קודש פונעם רב ז"ל אויף די אחד העם גאס אין תל אביב.

א גרעסערע קבוצה בחורים, תלמידים פון די גערער מתיבתא אין בארא פארק, באזוכן ביי האדמו"ר מסאטמאר אינעם מקום הנופש אין בעטהלהעם, ניו העמפשיר.

הרה"צ ר' חיים בן ציון אונגאר שליט"א, זון פון האדמו"ר מבאבוב 45, אין א טאנץ מיט'ן ספר תורה ביים חגיגת הכנסת ספר תורה לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל, דומ"ץ קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא.

האדמו"ר מזוועהיל שפאצירט צווישן די חומות פון אלט-שטאט ירושלים, וואו דער רבי האט געפראוועט א שבת מיוחד אינאיינעם מיט די נגידי החסידות.

האדמו"ר מפאלטישאן ביים מקיים זיין די מצוה נדירה פון שילוח הקן דעם פארלאפענעם מוצאי שבת בחצר בית מדרשו אין בארא פארק.

האדמו"ר מביאלא בני ברק ביים פארטיילן מיני מתיקה פאר די קינדער נאכ'ן שבת מרומם וואס דער רבי האט געפראוועט על יד שריד בית מקדשינו הכותל המערבי.

זריזים מקדימים: תלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית צאנז נתניה קומען אן צוריק ישיבה דעם אנהייב וואך, וואו מען האט שוין אנגעהויבן דעם אלול זמן מיט א פרישקייט און תחדשות.

הבהרה פון הרב משה יוסף פרידלענדער פון ר' ישעי'לע'ס גאסט הויז אין קערעסטיר איבער די לעצטיגע שינויים אנבאלאנגט די כשרות אינעם גאסט הויז.
האדמו"ר מאונגוואר באזוכט ביים שטח הבני' פונעם נייעם בית המדרש הגדול אלכסנדר אין בני ברק בנשיאות חותנו האדמו"ר מאלכסנדר.

דער בארימטער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' שוקי לרר מערקט "קרישקעס" אויף די אלפן בערג אין עסטרייך בנאות דשא.

כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב שליט"א איז מתפלל ביים מקום מנוחתו פון זקינו הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע אין דער שטאט ספינקא, וואו עס איז געווען מקום מנוחתו פאר גאנצע זעכציג יאר, ביז מען האט אים מפנה געווען קיין ארץ ישראל אין יאר תשל"ב.

שיין בילד פון האחים המשפיעים לבית לעלוב ביים שמחת החתונה די וואך פון החתן זון פונעם משפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב.

האדמו"ר מקוזמיר פארטיפט אין א סוגיא, גייענדיג אויף די בני ברק'ער גאסן, זייענדיג מקיים דעם ובלכתך בדרך.

האדמו"ר מפיטסבורג ביים פארזינגען דעם באקאנטן פיטסבורג'ער ניגון "הגידה לי" ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד ביי שאר בשרו האדמו"ר מסאדיגורא.
דער אנפירער פון דער היסטארישער היכלות פארשטעלונג, הרב יהודה ברייער פון "עתיקין", און דער שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד, בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסלונים אין ירושלים, וואו זיי האבן געצייגט היסטארישע כתבי יד און חפצי קודש וואס זענען פארגעשטעלט געווארן פאר'ן ברייטן ציבור ביים אויסשטעלונג די וואך.
שמחת חתן ביי די חתונה די וואך בחצר הקודש סטריקוב אין בני ברק.

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך האלבערשטאם שליט"א, אב"ד קרית צאנז נתניה, באטייליגט זיך ביים מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם אסיר ציון האברך החשוב רבי אברהם צבי שמערלער, מחשובי חסידי צאנז אין לאנדאן, נאך זיין באפרייאונג פון די מיליטערישע טורמע.

סיום הש"ס דורך תלמידי מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין שטאט קערעסטיר, אין שפיץ פון הגה"צ אב"ד סיגעט שליט"א, מיט די השתתפות כבוד פון האדמו"ר מתולדות אהרן.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א קוקט זיך אום אינעם חדר הפרטי פון כ"ק אדמו"ר מהר"ן מסטייפל אין ביתר, נאכ'ן מנחם אבל זיין דעם רבי'ן על פטירת אביו.

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביים אפראכטן התרת קללות, ווי ס'איז געווען דער מנהג ביי צדיקי בית לעלוב, אום פערציג טאג בעפאר יו"ט ראש השנה.
הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א פארברענגט אויף א געהויבענעם שטייגער, מיט א קבוצה בחורים אינעם ביהמ"ד אין שטאט דינוב אין פוילן, סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע.
די בעלי מנגנים ר' עמרם אקער, מראשי המשוררים בחצר הקודש סאטמאר, און העסקן ר' הערשל פעקעטע, ביים מהנה זיין בשירה ובזמרה ביים חגיגת הכנסת ספר תורה די וואך אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא.


