top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • 23 באוג׳
  • זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

האדמו"ר מספינקא אנטווערפן ביי תקיעת שופר דעם ראש חודש אלול אין בארנמעט, ענגלאנד, וואו דער רבי שליט"א וויילט די טעג אויף אפרוה.


האדמו"ר מליסקא באטראכט די מודעות און פלאקאטן שפאצירנדיג אויף די בארא פארקער גאסן כאחד האדם.


האדמו"ר מקרעטשניף מערקט "קרישקעס" ביים עולה זיין לתורה אינעם בית חב"ד אין ניו דזשערסי דעם דאנערשטאג ראש חודש אלול, נאך דער קבורה פון חתנו כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל אויפן בית החיים אין ניו דזשערסי.


די ברידער האדמו"רים מבית שמואל צבי דספינקא ביים סעודת הבראה נאך די לויה פון אביהם כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל אינעם בית חב"ד אין ניו דזשערסי.


פייערדיגע דברי התעוררות פון האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביים עליה לציון אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל אינעם אוהל אדמור"י קרעטשניף אויפן הר הזיתים.


קאמאנטאטאר און דזשורנאליסט ר' מענדל אונגער טיילט מיט א שטיקל פון אן אינטערוויו וואס ער האט אפגעהאלטן מיט האדמו"ר ממבקשי השם, בעת דעם רבינס באזוך פאריגע וואך אין ניו יארק.


המבדיל דעם מוצאי שבת בחצר הקודש בעלזא אויפן טאן פונעם ספרדיש'ן פיוט "אדון הסליחות", אפצוצייכענען די ערשטע סליחות טעג ביי אחינו הספרדים.


היכי דמי כיבוד אב: סאטמארער פילאנטראפ ר׳ יואל לאנדא דרייווט אהיים זיין פאטער הרה"צ רבי יוסף דוב לאנדא שליט"א מזלאטשוב אין א גאלף-קאר, נאכן מעמד הנחת אבן הפינהדעם זונטאג אין מחנה רב טוב ד'סאטמאר, מחנה יהודה אין נעפאנעק.


היניק נחמן ראזענבוים ני"ו, זון פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה, איז זיך משתטח אויפן ציון פון זיין אומפארגעסליכן זיידן כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, ככלות השנה להסתלקותו, אינעם אוהל אדמו"רי קרעטשניף אויפן הר הזיתים.


 הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א, בנו הגדול פון האדמו"ר מוויזניץ, ביים אנקומען אויפן וויזניצער בית החיים אין בני ברק, ארומגענומען מיט א קבוצה בחורים, וואו מ'האט מתפלל געווען ביי די ציונים הקדושים פון אדמו"רי בית וויזניץ, בפרוס ימי הרחמים והרצון.


המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א ביים פארזאגן די פיוטי הסליחות די וואך ביים כותל המערבי, וואו שווערע טויזנטער אידן מאחינו הספרדים נעמען זיך צוזאם מדי לילה בלילה אויף אמירת סליחות ברוב עם.


הרה"ג רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט"א מלעלוב, ראש חבורה בירושלים עיה"ק, באזוכט אינאיינעם מיט זיינע תלמידים במעונו פון באדמו"ר רבי ישעיהו פינטו שליט"א אין מאראקא.


גאב"ד מאקאווא ביים מיטהאלטן די סליחות ראשונות אין איינע פון די ספרד'ישע בתי מדרשים במקום מגוריו אין שטאט קרית אתא.


פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א באשיינט ביים שמחת הבר מצוה לבן נכדו חביבו און נאמן ביתו הרב מרדכי געווירץ הי"ו אין ירושלים.


 שיין בילד פון האדמו"ר מסאטמאר ביים בענטשן בנו הצעיר הרה"צ רבי ליפא טייטלבוים שליט"א ביים מעמד התמנות, וואו דער רבי האט אויפגענומען זיין זון רבי ליפא אלס רב אין די נייע סאטמארער בית המדרש ויואל משה אויף פלאשינג אין וויליאמסבורג.


דראון ווידעא פונעם מעמד אדיר הנחת אבן הפינה פאר א נייעם בנין חדר האוכל אין מחנה רב טוב דסאטמאר, מחנה יהודה אין נעפאנעק, אין שפיץ פון האדמו"ר מסאטמאר.


אויסצוג פונעם באזוך פארגאנגענע וואך דורך כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א אין ירושלים.


הגה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א, אב"ד בית מרדכי מאנסי, באזוכט אין שטוב פון דעם בארימטן עסקן און נגיד רבי אברהם יעקב פריעדמאן אין מאנסי, וואו דער רב שליט"א האט פארטיילט האניג פאר די בני המשפחה און ידידים פונעם נדיב, לשנה טובה ומתוקה.


האדמו"ר מאונגוואר בארא פארק און הגה"צ רבי יצחק הערשקאוויטש שליט"א דומ"ץ צאנז קלויזענבורג ווערן געזעהן עוסק זיין בתורה אין קלויזענבורגער בית המדרש אין בארא פארק, בעפאר די לויה פון הרה"ג ר' צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ בק"ק צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק.


העסקן הרב חנוך זייבערט, מעיאר פון שטאט בני ברק, באזוכט ביי האדמו"ר מוויזניץ אינעם אכסניא אין מאלויא, שווייץ, וואו דער רבי שליט"א האלט זיך אויף דורכאויס די זומער חדשים אויף אפרוה.


הרב יוסי קקון, מעיאר פון עיר הקודש צפת באזוכט ביי האדמו"ר מצאנז מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן צום נייעם יאר הבעל"ט. דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין שטאט אויפצונעמען די חסידים תושבי העיר לקראת די הייליגע טעג.



זיס בילד אין מחנה ישיבה קטנה סאטמאר ב.פ. ווי דער בארימטער נדיב ר' ליפא פריעדמאןהי"ו, שפאצירט מיט זיינע קינדער לימינו פון הגה"צ רבי חיים דוד כץ שליט"א דומ"ץ ק"ק סאטמאר בארא פארק, נאכן מנדב זיין אן אסטראנאמישע סומע לטובת הרחבת גבולי המחנה.


וועלט בארימטן דאקטאר מארק בעסלער, סירדזשען-ספשעליסט און טשיף פון סירדזשערי אין לעניקס היל שפיטאל באזוכט ביי האדמו"ר מסקווירא וועלכער האט געוואונטשן דעם דאקטער סייעתא דשמיא אין זיינע מעדעצינישע אנווייזונגען אין די וויכטיגע פראגן וואס וועלן פרעזענטירט ווערן ביים כינוס הלכה רבתי בתורת הרפואה דורך 'מכון המדריך להוראה' בראשות הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא.


 האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט אין וויליאמסבורג באזוכט ביי אחיו הגדול האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט אין ירושלים, זייענדיג צוגאסט אין ארץ הקודש לכבוד די יארצייט פונעם פאטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.


האדמו"ר מאמשינאוו פון אמעריקע באזוכט אין די אפיסעס פון מרכז עזרה ויעוץ אין ירושלים עיר הקודש, אין א שמועס מיט'ן יושב ראש המרכז, העסקן הרב שמעון שישא הי"ו.


האדמו"ר מספינקא אנטווערפן בנועם שיח איבער'ן מנהג פון אויסלאזן תחנון ביי חסידים, וויילענדיג בנאות דשא אין בארנמוט, ענגלאנד.


דער עסקן און איש המעש ר' יצחק ברוך שפיטצער, מערקט "קרישקעס" אין א ווינקל פונעם ספינקא אהל, ביים מתפלל זיין אויפן ציון פון הרה"ק מספינקא זי"ע, ביומא דהילולא ז"ך אב.


שיין בילד פון האדמו"ר מבאבוב ביים צוזאמלייגן די תפילין בעפאר תפילת מוסף פארלאפענעם ראש חודש אלול הבעל"ט.


שלשים יום קודם החג: בחצר הקודש באיאן האט מען שוין אין די טעג אנגעהויבן די בוי-ארבעט אויפצושטעלן די סוכה הגדולה וואס ווערט געבויט הערט נעבן דעם באיאנער הויף אויף די מלכי ישראל גאס אין ירושלים.


האדמו"ר מסקאליע אויף א באזוך די וואך ביי הגאון הגדול רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א, ראש ישיבת זכרון משה סאוט פאלסבורג, וועם דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער זיינע זכרונות ווען ער האט זיך מסתופף געווען בצילו פונעם זיידן הרה"ק מסקאליע זצוק"ל.


הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א מערקט "קרישקעס" פארטיפט בלימוד התורה, וויילנדיג אין די קאנטרי אויף אפרוה.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא מערקט "קרישקעס" אויפן דאך פונעם בנין בית חינוך לבנות בית שפרה דחסידי ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, וואו דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ראשי העסקנים ה"ה דער מנהל המוסדות הרב משה יהושע קרעמער און הרב אליעזר יהודה פאגעל, איבער די פארשריט ביי די קונסטרוקציע ארבעט ארויפצובויען עטליכע שטאק צום עקזיסטירנדע בנין.


לספ"ר בציון: הרה"ח ר' שרגא פריעדמאן הי"ו מגדולי עסקני מוסדות חסד לאברהם ווערט באמערקט פארציילן סיפורים ועובדות על ציון קדשו פון הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל אין טאג פון די הילולא קדישא.


ביי א שטורמישע הפגנה קעגן דעם גזירת גיוס האבן די פראטעסטירער זיך אנגעטון די טרויעריג בארימטע געלע לאטעס, אויסצודרוקן דאס ווייגעשריי פון די אנגייענדע פייניגונגען קעגן די ערליכע אידן אין ארצינו הקדושה.


די געשוויסטער-קינדער, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא, און הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א, ביים מיטהאלטן דער געהויבענער מעמד המצוה טאנץ פון האדמו"ר מוויזניץ ביי די גרויסע וויזשניצער חתונה די וואך.


דער איש החסד, העסקן הרב יעקב אליעזר שישא, יו"ר ארגון "בנינו", ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים חנוכת הבית פון די נייע "מרכז עזרה וייעוץ" אפיסעס, בהנהלת אחיו דער שר המצילים, העסקן הרב שמעון שישא הי"ו.


 דער בארימטער פאטאגראפירער בחצרות הקודש, ר' נפתלי לערער, ביים פאראייביגן די געהויבענע מאמענטן ביים שמחת החתונה בבית משפחת טויבער אין בני ברק, בעת האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג האט באשיינט בראש השמחה.


כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד שליט"א שרייבט זיך א קוויטל להזכר לטובה איידער'ן פוקד זיין דעם ציון פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל, לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם דינסטאג.


כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א ביים אנטון דעם טלית פון זקינו הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע, איידער די שמחת הברית פון אן אייניקל די וואך.


כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א איז מעיין אין א ספר אינעם עזרת נשים פונעם נאסטאלגישן צאנזער קלויז אין צפת, וואו דער רבי האט די וואך אויפגענומען די חסידים לקראת די הייליגע טעג.


האדמו"ר מסקולען מאנסי איז זיך משתתף ביי די שמחת החתונה די וואך פון אן אייניקל ביי הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו, ראש הקהל סקווירא, און בעל האכסניא פונעם רבי'ן אין שיכון סקווירא.


 האדמו"ר מבוטושאן בארא פארק שפאצירט מיט הגאון הגדול ר' משה שאול קליין שליט"א, מגדולי פוסקי דורינו, אויף די גאסן פון בני ברק, וואו דער רבי איז צוגאסט די טעג.


האדמו"ר ממבקשי ה' שפילט אויפ'ן גיטאר כדרכו נאך הבדלה, בבית הנגיד רבי יצחק פייפער שליט"א, ראש הכולל נתיבות התורה אין די קאנטרי, וואו דער רבי האט געפראוועט דעם פארלאפענעם שבת פרשת שופטים.


די וואך, ביים מעמד פתיחת שערים און קביעת מזוזות פון די נייע מאחנובקא בעלזא בית המדרש אין ירושלים, האט האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא געשאנקען א מתנה, א זילבערנע מגילה-האלטער, פאר העסקן הרב מרדכי בבציק, מנאמני בית האדמו"ר מגור, וואס איז געווען שטארק בייהילפיג און געשטאנען צו די האנט פון די קהילה די לעצטע עטליכע יאר, ביז מען איז געקומען אל המנוחה ואל הנחלה אינעם נייעם קביעות'דיגן בית המדרש.


צענדליגער באסעס פארקירט פארנט אויפ'ן גיגאנטישן חצר פונעם בית המדרש הגדול אין קרית בעלזא, ביים כללות קוויטל פאר די טויזנטער ילדי תשב"ר די חסידי בעלזא פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל.


ביי די חתונה הגדולה די וואך בחצר הקודש קארלין סטאלין, מערקט קרישקעס הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א אין א שמועס מיט'ן שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד הי"ו מחשובי חסידי קארלין סטאלין.

האדמו"ר מביאלא איז מעיין אין א ספר ביים אויסווארטן בשעת תפילת מעריב, בעת די חתונה הגדולה בחצר הקודש קארלין סטאלין, זיצנדיג אויף א פשוט'ן בענקל צווישן דעם עולם.


הרב שמואל גרינבערג, דער מעיאר פון שטאט בית שמש הי"ו, בקודש פנימה ביי האדמו"ר מנדבורנה, בעת דעם רבינ'ס באזוך די וואך אין שטאט אויפצונעמען די חסידים לכבוד די הייליגע טעג.


דער אלעמען באקאנטער ר' מענדל אונגאר מיט א לעבעדיגע דעקונג פון די גרויסער רבישע חתונה אין די מונקאטשער קעמפ, טאלאנטפול אראפגעשפילט דורך די ילדי המחנה.


הרבנים הגאונים הצדיקים בני האדמו"ר מסקווירא אין א פייערדיגע ריקוד מיט הנגיד החסיד רבי אביגדור עסטרייכער הי"ו, ראש הקהל סקווירא, ביי די חתונה פון זיין אייניקל די וואך.


וויזניצער בחורים קלעטערן אויף א לייטער מיטצוהאלטן די מעמד החופה פון אן אייניקל ביים רבי'ן וואס איז פארגעקומען ברחובות קרית וויזניץ בני ברק.


האדמו"ר מביאלא בני ברק מערקט קרישקעס צווישן די קארידארן פון די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, וואו דער רבי האט מבקר חולה געווען ביי אחיו האדמו"ר מביאלא אוסטרובא לרפואה שלימה, און דיסקוסירט זיין מצב הבריאות מיט די הויכראנגיקע דאקטוירים און פראפעסארן אין שפיטאל.


העסקן רבי שמעון ליבערמאן פון בית שמש איז די וואך אנגעקומען צום ציון הקדוש פון הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין בישטינא, מקיים צו זיין זיין הבטחה נאכ'ן געהאלפן ווערן מיט א ישועה בזכותו של אותו צדיק, נאכדעם וואס ער האט פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין די ניין טעג און צוגעזאגט אז אויב וועט זיין זון א חתן ווערן אין די קומענדיגע דרייסיג טעג, וועט ער צוריקקומען צום ציון זיך באדאנקען. בסיעתא דשמיא איז דער שידוך צושטאנד געקומען בעתו ובזמנו, און ר' שמעון האט מקיים פסק געווען און געקומען באדאנקען דעם צדיק פאר'ן זיין דער ריכטיגער שליח צו ברענגען די ישועה אין גיכן.


אנגייענדע בוי-ארבעט ביים בית המדרש הגדול ראחמיסטריווקא אין די אוקענוויין געגנט אין לעיקוואוד, מיט'ן ציל גענצליך צו פארענדיגן דעם בית המדרש צו די ימי הרחמים והסליחות.


האדמו"ר ממבקשי ה' אין א שמועס מיט הגה"צ רבי אברהם צבי פריעדמאן שליט"א, דומ"ץ גאלאנטא, וויילנדיג אין די קאנטרי.


ר' אהרעלע בוימל המכונה בארדיטשובער רבי, אינפארמירט האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים איבער די שרעקליכע איבערפאל אויף האדמו"ר מקארלין סטאלין אין ירושלים די וואך.


האדמו"ר מסאטמאר באזוכט בבית הנגיד הישיש ר' הערש אלימלך ווערצבערגער שליט"א ראש הקהל סאטמאר מאנסי, וועלכער האט זיך אנגערופן מיט א סכום הגון לטובת די נייע בנין פון די סאטמארער ישיבה "קנין תורה" אין מאנסי, לכבוד דעם רבינס באזוך.


הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו, יו"ר אגודת ישראל דאמעריקע, באזוכט ביים ראש ישיבה הגאון הגדול ר' משה הלל הירש שליט"א, דן צו זיין בענינים העומדים על הפרק, זייענדיג צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל.


א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' אברהם מרדכי זילבערשטיין, פון די פירנדע עסקנים בחצר הקודש גור, לרגל די שמחת הבר מצוה פון זיין זון למזל טוב, ביי די שמחה נעכטן מיטוואך ווערט געזעהן הגה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א זון פון האדמו"ר מגור.


הרה"ג ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט וויליאמסבורג טרעט אויף ביים סעודת הילולא פון הרה"ק בעל ייטב לב זצוק"ל אין קרית ויואל משה מאנטיסעלאו.

הגה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א, בנו הגדול פון האדמו"ר מתולדות אהרן וראש הכוללים באר יוסף, ביי א קביעת מזוזות אין די נייע אפיסעס פון מקורבו הנגיד החסיד ר' חיים סימקאוויטש הי"ו אין ברוקלין.


הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו, יושב ראש אגודת ישראל דאמעריקע, באזוכט ביי האדמו"ר מביאלא, וויילנדיג אין ארץ ישראל, וואו מ'האט דיסקוסירט פארשידענע נושאים העומדים על הפרק.


ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א און דער בארימטער משפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א אין א תורה'דיגע שמועס בעת א באזוך די וואך אין די אפיסעס פון "ועד הרבנים לעניני צדקה" אין ארץ הקודש.


מעיאר פון שטאט בית שמש הרב שמואל גרינבערג הי"ו ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מצאנז בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין שטאט.


שיין בילד פון האדמו"ר מסאטמאר ביי תפילת שחרית די וואך זונטאג אנגעטון מיטן היסטארישן תפילין פונעם הייליגן קדושת יום טוב זי"ע וואס איז געפאלן בחלקו פונעם רבי'ן, מירושת אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע.


שיין בילד פון האדמו"ר מסטריקוב ביי תקיעת שופר די וואך, פארגאנגענע וואך, ראש חודש אלול הבעל"ט.


א ברכת מזל טוב פאר העסקן הרב רבי אליעזר ברילל הי"ו, מחשובי העסקנים אין ק"ק וויען, לרגל שמחת הולדת בתו למזל טוב.


תגובות


bottom of page