קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש
הרבני הנגיד ר' מיכל ראזנבערג הי"ו ראה"ק צאנז ביים דורכגיין באקומען כוס של ברכה פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג נאכן סעודת הילולא פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע די וואך.

הונדערטער אידן שלענגעלן זיך אויף די גאלעריען פונעם פראכטפולן היכל ביהמ"ד אור החיים ריבניץ, וואו דער בונה ופטרון הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א פארטיילט יעדן פרייטאג שווערע געלטער פאר צדקה, ווען אינעם היכל זעהט זיך אן פילצאליגע בני תורה הארעווען אין לערנען.

האדמו"ר מסאטמאר פארלאזט די שמחת החתונה בבית הרבני הנגיד ר' יונתן בלייער הי"ו בעל האכסניא פונעם רבי'ן אין נארט מיאמי, מיטן שטעקן פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס דער בעל שמחה האט אפגעקויפט פאר טייער געלט פון איינער פון די הויז בחורים, וואס האט דאס ערהאלטן במתנה גמורה פונעם רבי'ן זי"ע אלס אויסדרוק פון הכרת הטוב פאר זיין געטריישאפט, און אצינד לכבוד די שמחה במעונו האט ר' יונתן געשאנקן די שטעקן במתנה פארן סאטמארער רבי'ן.

האחים האדמור"ים מסקולען פון מאנסי און לעיקוואד ביים זיך משטתח זיין על קברה פון אמם הרבנית הצדקנית מסקולען ע"ה אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי, לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם זונטאג.

האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיט זיין בעל האכסניא אין עיה"ק ירושלים, הנגיד הרב בערל קארניאל נשיא מפעל ושננתם ביי א חופה די וואך.

שיין בילד פון הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם דינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו.

האדמו"ר מסאטמאר איז עוסק בתורה בפניא דמעלי שבתא וויילנדיג אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק אויף די דערהויבענע שבת התעלות אינאיינעם מיט תלמידי מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר.

בעיצומה פון די חתונה בחצר הקודש שבט הלוי, דעם מיטוואך אין טאג פונעם מאסן קאר דעמאנסטראציע קעגן די גזירת הגיוס, האט האדמו"ר משבט הלוי אויפגעהויבן דעם "עד כאן" שילד, וועלכער די טויזנטער קארן האבן געטראגן אין יענע צייט איבער די שאסייען פון ארץ ישראל.

ביי דעם דערהויבענעם שבת 'בני חביבי' וואס האדמו"ר מטאהש האט געפראוועט פריוואט מיט תלמידי ישיבה גדולה אין א קאנאדישע קאנטרי האבן די תלמידים איבערגעגעבן א הערליכע שטענדער וועלכע די רבי וועט זיך באנוצן דערמיט ביי די סדר פיוטי מוצאי שבת ברבים.


זיסע קאמפיין אין קראסנא ביהמ"ד ווי מען האט אויפגעשטעלט א כמו קעמפ צו שאפן געלט פארן נייעם בנין המפואר וועלכע ווערט אצינד געבויט אין מחנה אהל ברוך קראסנא.
די יתומים וואס זענען אנגעשלאסן אין ארגון "בנינו" סניף אייראפע, באזוכן במקום הנופש פון האדמו"ר מתולדות אהרן אין מאד אונגארן אינאיינעם מיט די עסקנים ובראשם דער מייסד הארגון הרב יעקב אליעזר שישא הי"ו.
האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים אין א שמועס מיט הרב יעקב וואלצער מזכיר מועצת גדולי התורה אינעם מקום הנופש אין דאבוס שווייץ וואו מען האט דיסקוסירט דער ברוטאלישע ליניע וואס מדינת ישראל האט אונטערגענומען קעגן חרדישע אידן אין שאטן פונעם גזירת הגיוס.

האדמו"ר מסאטמאר אין א ריקוד מיט הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער הי"ו דער דינאמישע מנכ"ל פון מוסדות סאטמאר קרית יואל ביי די חתונה פון בתו הכלה נעכטן מיטוואך אין קרית יואל.
שלוחא דרבנן העסקן הרב יצחק גאלדקנאפף ביים מאסיווע קאר פיקעטינג דעמאנסטראציע קעגן די גזירת הגיוס די וואך, ווערט אויך געזען זיין געהילף הבחור יחיאל קוטיינער וואס איז די וואך באפרייט געווארן פון טורמע נאכפאלגנדיג די מאסן עצרת מחאה קעגן זיין ארעסט דורך רבבות חסידי גור ומלכם בראשם האדמו"ר מגור פארנט פון די מיליטערישע טורמע נומער 10.

עליה לציון פון הגה"ק ר' אברהם שאג זי"ע מגדולי תלמידי מרן החתם סופר זי''ע דעם ערב ראש חודש תמוז אויפן הר הזיתים.

האדמו"ר מבאבוב 45 איז עוסק בתורה אין די שפעטע נאכט שעהן רייזנדיג אהיים קיין ניו יארק נאכן קורצן באזוך בעיר הבירה לאנדאן.

בני מלכים: צונויפשמועס ביים גרויסן צאנזער חתונה די וואך צווישן הגה"צ אבד"ק קרית צאנז שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מצאנז און הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בנו יחידו פון האדמו"ר מבעלזא.
הרב משה יצחק ווערטהיים, מגבאי בית המדרש פשעווארסק אין לאנדאן, מערקט "קרישקעס" ביים ארומגיין מיטן רבי מאיר בעל הנס פושקע אויפן שאטל-באן קיין לאנדאן אהיימפארנדיג פון די שמחת החתונה אין דער פשעווארסקער הויף אין אנטווערפן די וואך.

הרב משולם זילבערמאן, משב"ק אדמו"רי בית פשעווארסק, ווערט געזען ביים פרישן קבר פון ידידו ורעו הרב החסיד רבי אליעזר ליפשיץ ז"ל, מחשובי חסידי פשעווארסק, סמוך ונראה צום ציון הק' פון אדמו"רי בית פשעווארסק אויפן בית החיים אין פוטע, האלאנד.

עליה לציון פון הגה"צ רבי אברהם צבי בעק זצ"ל, גאב"ד מעלבורן, אויסטראליע, בעל "ויצב אברהם", לרגל די אכטע יארצייט וואס איז אויסגעפאלן די וואך.

גאב"ד מאקאווא ביים זאגן קדיש לפני מיטתו פונעם משמח אלוקים ואנשים הרב החסיד ר' בצלאל הכהן דים ע"ה ביי די לויה נעכטן מיטוואך פארנט פון מאקאווא בית המדרש אין בני ברק.
החתן דוד פריעדמאן ני"ו, נכד כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק, איז מקבל ברכת קדשו פון פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א בעת שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל די וואך אין ירושלים.

באגריסונג מטעם מכון עצי השדה להוצאת דברי תורתו פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג לכבודם פון די חשובע בחורים תלמידי המתיבתא, די כותבי התורות פונעם רבי'ן, וועלכע האבן זיך פארהערט אויף טויזנטער בלעטער גמרא בעל פה און האבן ערהאלטן די תעודת חבר און מורינו לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע.

הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא גאב"ד שומרי הדת אין אנטווערפן באזוכט ביי האדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ, זייענדיג צו גאסט די וואך אין לעיקוואוד לרגל די בר מצוה פון אן אייניקל.

דער בדחן הרב רבי הערשל גראס פון אנטווערפן איז משמח ביי איינע פון די שמחות השבע ברכות די וואך בחצר הקודש פשעווארסק.
ערשטע סידור קידושין פון הגאון רבי ישראל הלוי מאנטל שליט"א, גאב"ד געיטסהעד, וועלכע איז היינט עמטליך אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא אין שטאט.
העסקן הרב ישראל משה שפיטצער מעיאר פון שיכון סקווירא ביים שמחת החתונה די וואך בבית הרב חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר פארגעקומען אין קרית יואל.

ביי די שמחת שבע ברכות פון א אייניקל ביי הגה"צ גאב"ד רמת שלמה שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"ג רבי יעקב ישראל דייטש שליט"א, ראש מרכז תורה והוראה "יד הרמ"ה", האט איינער פון די נגידים מיטגעברענגט דעם הייליגן ספר נועם אלימלך, פונעם סטייפלער גאון זצ"ל, דער ספר פארמאגט הגהות בכתב יד קדשו פונעם גרויסן גאון.

האדמו"ר מצאנז אין א ריקוד מיטן מחותן הרה"ג רבי יעקב ישראל דייטש שליט"א, ביים שמחת השבע ברכות.

ביים וועכנטליכן שיעור די וואך דורך המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין בית המדרש מגדנות אליהו אין ירושלים, מערקט "קרשקעס" צווישן די משתתפים ביים שיעור, האדמו"ר משאץ וויזניץ וואס איז געווען צוגאסט אין ירושלים אויף אפרו.

הרב חיים שלמה פישער, משב"ק האדמו"ר מסאטמאר, אין א ריקוד נלהב מיט הרב הערצקא שטיין פון די נאמני הבית ביים רבי'ן אין שטוב, ביי די חתונה די וואך פון א קינד אין קרית יואל.

דער חסידישער גראמער הרב משה וויינטרויב איז משמח מיט דברי בדחנות און גראמען ביי א שבע ברכות די וואך פון אן אייניקל ביים ראש ישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א.

הערליך בילד פון האדמו"ר מבישטינא בנאות דשא אויף די אלפן בערג אין דאוואס שווייץ, ביים שעפן פרישע לופט אינאיינעם מיט בנו הרה''צ רבי מרדכי לייפער שליט"א.

תלמידי שיעור ד' דשיכון סקווירא באזוכן די וואך בהיכלו פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה, וויילנדיג אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל.

גאב"ד מאקאווא ווערט געזעהן אינעם הייליגן הויז פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין תל אביב ביים מתפלל זיין למען הכלל והפרט אויף דעם אדמת קודש.

די וואך ביי א שמחה אין די ספינקא הויף האט "קרישקעס" אויפגעפאסט דעם נייעם זילבערנעם שטעקן וואס חסידי ספינקא אין אמעריקא האבן געקויפט אלס מתנה פארן רבי'ן בעת זיין לעצטיגן באזוך אין ניו יארק.

שיין בילד ווי הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק איז פארטיפט אין לערנען אינמיטן די מצוה טאנץ בבית בנו הרב שלמה שטיינמעץ שליט"א פון די "פיוואט" מארקעטינג פירמע.

הנגידים המפורסמים ר' יואל לאנדא און ר' ליפא פריעדמאן אין א געשפרעך ביים מעמד לחיים וקנין זכותים במעון קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר ביי וועלכן הנגיד ר' ליפא הי"ו האט אפגעקויפט זכותים אדירים אין די מוסדות אין קרית יואל.

האדמו"ר מבאבוב 45 ביים אנוואונטשן די אייניקלעך פון הרבני הנגיד ר' בנציון דוננער ע"ה עמוד התווך פון חצר הקודש באבוב 45 אין זיין שטוב אין די גאלדערס גרין געגענט אין לאנדאן.

די וואך ביים סעודת הילולא פון הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע אין ביהמ"ד ארי שבחבורה בנשיאות הרה"צ רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבה קטנה פני מנחם איז פארטיילט געווארן דעם ספר לב שמחה על התורה פאר אלע משתתפים ביי די סעודה.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא מערקט "קרישקעס" פארטיפט אין זיינע שיעורים קבועים אויפן פליגער אהיים קיין ארץ ישראל נאכן קורצן באזוך אין ניו יארק.

האדמו"ר מצאנז און מחותנו הגה"צ רבי משה האלפרין אבד"ק בית שמואל ראדאמישלא פארברענגען אינאיינעם מיט א בשותפות'דיגן אייניקל ביים חתונה הגדולה בשמחת בית צאנז.
אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג באזוכט אין 'רבי משה אהרן'ס קאך' אין הר יונה על שם אביו כ"ק גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל.

בחורי חמד אין בארא פארק כאפן א בליק אויף די געהויבענע עבודת התפילה פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביי תפילת שחרית בחדרו הפרטי אין דעם רבינס אכסניא אין בארא פארק.

האדמו"ר מסאדיגורא מערקט "קרישקעס" אויף א תפילה ביים כותל המערבי, כאחד האדם אן קיין משמשים.

הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א באטייליגט זיך ביים סיום הש"ס פון העסקן ר' יואל ליבערמאן הי"ו יושב ראש פון די חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב.
הגהה"צ אבד"ק זענטא שליט"א אין א ריקוד מיטן לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו ביים שמחת החתונה פון א אייניקל די וואך.

האדמו"ר מסאטמאר וואונטשט הרה"ח ר' יהושע הערש פריעדמאן הי"ו רעדאקטאר פון "דער איד" פובליקאציע ביים מעמד לחיים וקנין זכותים ביי וועלכן זיין ברודער הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו האט אפגעקויפט זכותים אדירים אין די מוסדות אין קרית יואל.

דער פאר הדור הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א באנוצט זיך מיט א היסטארישער בעכער פונעם הייליגן מגיד ממעזריטש זי''ע מבית גנזיו פון הרבני הנגיד ר' שמואל הורוויץ הי"ו פון מאנסי, ביי א ברית פון אן אייניקל ביים נדיב, וואו דער רב איז געווען מוהל.

הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא מערקט "קרישקעס" בנאות דשא אויף די אלפן בערג אין דאוואס שווייץ.

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב בסוד שיח מיטן נואם בחסד עליון הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א ביי א כינוס חיזוק די וואך אין שטאט בני ברק.

פייערדיגע דיבורים פון הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א ביים מעמד ההכתרה פאר דעם ניי-ערוועלטן מרא דאתרא אין שטאט געיטסהעד הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א פארגעקומען היינטיגן דאנערשטאג.
האדמו"ר מקאפיטשניץ דינט אלס ביים קורא ביים ליינען אין קאפיטשניצער ביהמ"ד אין סטעטן איילענד, וואו דער רבי ליינט מיט די ספעציעלע "בארדיטשובער טראפ" וואס ער האט מקובל מבית אבותיו.
רירנדע בילדער ווי די יונגע יתומים אייניקלעך פון האדמור"ים מבוהוש און וואסלוי זאגן קדיש לפני מיטתו פון זיין טאטן הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל, וואס איז ליידער אוועקגעריסן געווארן יונגערהייט נאך א לענגערע מחלה ל"ע.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין א שמועס מיט הרה"ח ר' יעקב אורי הי"ו משב"ק אדמור"י ראחמסיטריווקא פון ארה"ק.

שיין בילד וואו האדמו"ר מבאבוב 45 איז זיך מפלפל בחדוותא דאורייתא מיט א ישיבה בחור, בעם דעם רבינס באזוך די וואך אין די גאלדערס גרין געגענט אין לאנדאן.

די שוואגערס האדמו"ר מוויזניץ מאנסי און גאב"ד סאטמאר בארא פארק אין א שמועס בנועם שיח ביי א משפחה שמחה די וואך.

האחים האדמור"ים מקרעטשניף טשערנאוויץ און מיאלען פארברענגען אינאיינעם ביי א משפחה שמחה די וואך.

נייע טוירנסטייל טויער אינסטאלירט ביים אריינגאנג צום מקוה אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג.


הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א חבר בד"ץ העדה החרדית וואונטשט הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר לכבוד די חתונה פון א קינד.

האדמו''ר מסאטמאר שפאצירנדיג אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו דער רבי האט געפראוועט דעם שבת אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא תורה ויראה פון מאנסי.

דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט''א געזעגענט זיך מיט ידידו ורעו דער ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט''א ביים אנקומען אינעם לוד לופטפעלד נאך די לענגערע מסע הקודש קיין אמעריקא לטובת דער קרן עולם התורה.
האדמו''ר מבישטינא באטראכט א שטריימל פון זקינו הרה"ק רבי בערצי מסאטמאר זי"ע בעת א באזוך אין שטוב פון ש"ב הרה"ח ר' אריה שיינפעלד הי"ו אין ציריך שווייץ.

דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט''א טרעט ארויס קעגן די ברוטאלע אויפפירונג פון די רשעות'דיגע פאליציי ביי די שטורמישע מחאות פאריגע וואך קעגן די גזירת הגיוס.
האדמו"ר מסאטמאר ביי הבדלה דעם מוצאי שבת מאכט די ברכה בורא מיני בשמים אויף די גאלדענע הדסים וואס איז אנגעקומען לחלקו מירושת מר אביו הגדול הרה''ק הברך משה מסאטמאר זי''ע וואס האט עס גע'ירש'נט מעזבון דודו הרה"ק מסאטמאר זי''ע.

הרבני הנגיד ר' ישעי' בערנאטה הי"ו מראשי חברה הצלה ד'וויליאמסבורג ומחשובי חסידי סאטמאר ווערט געזען פארטיילן גרויסע נדבות ביום החופה פון זיין טאכטער פאריגע וואך.

קרישקעס ווינטשט א ברכת מזל טוב פאר העסקן הדגול הרב אהרן יוסף פריעדמאן, מנהל מערכת קול סאטמאר, לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה די וואך.

קרישקעס ווינטשט א ברכת מזל טוב פאר העסקן הרב יעקב יוסף שטיינמעץ מנכ"ל מוסדות באבוב 45, לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן די וואך.


