קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש
הרב יהודה גאראמי שליט"א, דער הויפט רב פון איראן, איז מתפלל ביים ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין די טעג בעפאר די הילולא קדישא, נאכ'ן באזוכן ביי האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל.

די טויערן פון ישיבת עטרת שלמה ווערן געעפענט היינטיג ן ראש חודש אלול, און הונדערטער בחורים שטורמען אריין אריין צו כאפן א גוטן זיץ פארן נייעם זמן.
די פרישע קבר פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל נאכן סתימת הגולל אויפן ספינקא חלקה אין ניו דזשערזי.

לכבוד די באזוך פאריגע וואך פון האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק אין מחנה אהבת ישראל וויזניץ אין ליבערטי, האט מוסדות וויזניץ בארא פארק אויסגענוצט די געלעגנהייט ארויסצושטעלן א דאנק בריוו פאר מוסדות וויזניץ וויליאמסבורג פאר זייער שטענדיגע הילף און עין טובה צו אקאמאדירן די תלמידים ותלמידות פון די ב"פ מוסדות וועלכע גייען יערליך אין קעמפ פון די וויליאמסבורגער מוסדות.

הרה"ח הישיש רבי יהושע העשיל פאדווא שליט"א, מזקני חסידי בעלזא מאנטשעסטער, זון פון הגאון המפורסם רבי העניך פאדווא זצ"ל גאב"ד לאנדאן, דערציילט פון זיינע זכרונות פון הרה"ק מבעלזא זי"ע ביים סעודת הילולא דעם כ"א אב אין די בעלזער שטיבל אין מאנטשעסטער.

דער באקאנטער איש ציבור און פילאנטראפ הנגיד רבי ראובן שאראן הי"ו פון פלעטבוש, באזוכט ביי האדמו"ר מסאטמאר במעונו אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו ער האט זיך אנגערופן מיט א סכום אדיר לטובת די סאטמארער ש"ס חבורת "זכרו".

געלט גייער ביים ציון הק' אין קרית יואל שטייען אין די רייע ביי הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר וועלכער האט פארטיילט ריזיגע סכומים לעילוי נשמתו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א, בעל תשובות והנהגות, ביים צינדן א נר נשמה לע"נ פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, דעם זונטאג בעצם יומא דהילולא.

דראון בילד פונדערהייעך העכער דעם הר המנוחות, וואו טויזנטער אידן האבן פארלאפענע וואך באלאגערט דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע אין די טעג ארום די הילולא קדישא כ"א אב.

ביים יארצייט סעודה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דעם כ"ו אב, אינעם קור שטעטל בארמעטה אין ענגלאנד, מערקט "קרישקעס" אויפ'ן אויבן אן א רייע רבנים חשובים מרחבי אייראפע, ובתוכם האדמו"ר מספינקא אנטווערפן, האדמו"ר מביאלא לאנדאן, האדמו"ר מליעזש ראדוואן, אבד"ק טשענגער, הגה"צ רבי אברהם יהושע רייך שליט"א, דומ"ץ צאנז אנטווערפן, און הרה"ח ר' לייבל סטעמפל שליט"א, נכד הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע.

האחים האדמו"ר מסקולען פון וויליאמסבורג, מאנסי און לעיקוואוד באשיינען ביים שמחת הבר מצוה פון צווילינג קינדער ביי הרה"ח ר' יואל גורעלניק הי"ו, מקורב ביי אדמור"י בית סקולען.

אין די טעג האט די שטאטראט אין פתח תקוה געווידמעט דעם נאמען פון א כיכר אין שטאט לשמו ולזכרו פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע. נישט ווייט פון דעם כיכר געפינט זיך די וואוינונג פון הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען שליט"א, גאב"ד קרית הבעש"ט אין פתח תקוה, חתנא דבי נשיאה פונעם הייליגן קלויזענבורגער רב זי"ע.


די וואך ביי די סעודת הילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך די מוסדות 'יערות דבש' בנשיאות המקובל הגה"צ רבי משה פריש שליט"א, בעל "יערות דבש", איז געצייגט געווארן דעם היסטארישן שטריימל פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, מיט וואס דער רבי האט זיך באנוצט אין די בראשית יארן על אדמת אמעריקא.

מודעה מטעם חצר הקודש גור, אין בעפארברייטונג צום מעמד אדיר "מקדישי שמך" בחצר הקודש וויזניץ, פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים. צווישן די שינויים אין די סדרי וזמני התפילות איז דער קביעות'דיגער מנין מנחה פון האדמו"ר מגור אריבערגעפירט געווארן צום אלטן ביהמ"ד הגדול, כדי נישט צו צושטערן די הכנות צום מעמד.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 באגריסט די שוואגערס הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס שליט"א אבד"ק ספינקא, בנו הגדול פון האדמו"ר מספינקא, און הגה"צ ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, איידעם פון האדמו"ר מספינקא, בעת דעם רבינס באזוך פאריגע וואך אין מחנה מכינה לישיבה אין די קעמפ פון די תלמידי מכינה לישיבה באבוב 45.

דער בארימטער מחנך הרב אלעזר יונה זילבערמאן באגריסט האדמו"ר מסאטמאר אנקומענדיג אויף א באזוך אין די "ממתקים" קעמפ אינערהאלב די "המספיק רעזארט" אין די קעטסקיללס.

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג פאררייכערט א ציגאר דעם מוצאי שבת נאך הבדלה במקום הנופש אין אראזא, שווייץ, וואו דער רבי האלט זיך אויף די טעג אויף אפרוה.

האדמו"ר מפינסק קארלין מערקט "קרישקעס" ביים מיטדאווענען תפילת מעריב אינעם מנין פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק בבית נאוה קדשו אין הר יונה.
זיס בילד ווי א יונג קינד גיסט זיך אויס דאס הארץ ביים ציון הק' פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע אין קרית יואל, ביים יארצייט כ"ו אב.

סאטמארער חסידים באלאגערן דעם אהל הק' אין קרית יואל עד אפס מקום, מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן בשעת די עליה לציון פון האדמו"ר מסאטמאר ביומא דהילולא קדישא פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

האדמו"ר ממאשלוי ווערט געזען עוסק זיין בתורה אויפן פליגער קיין אונגארן, אונטערוועגנס אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אונגארן.

בדוק ומנוסה: א סגולה לעשירות פון האדמו"ר ממשכנות הרועים, מזקני האדמו"רים בקרתא דשופריא.
שיין בילד פונעם שמחת החאלאקע פאר אן אור אייניקל פון האדמו"ר משאץ וויזניץ, אויפ'ן דאך פונעם ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון.

אייקאנישע בילד פון ברוקלין אטוירני דזשענעראל עריק גאנזאלעס אויף א באזוך אין די באבובער יונגל קעמפ אין די קאנטרי, אינאיינעם מיט'ן בארימטן עסקן ר' נפתלי משה אינדיג, מגדולי עסקני ק"ק סאטמאר.

אויסצוג פון א לעצטיגע דרשה פון הרה"ג ר' צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ בק"ק צאנז קלויזענבורג וואס ער האט איבערגעגעבן מיט עטליכע וואכן צוריק אין די ימי בין המצרים אין ראם פון ארגון שיעורי תורה אין בארא פארק, איבער ציפייה לגאולה און פארוואס מיר קוקן ארויס און ווארטן אויף משיח.
האדמו"ר מבאבוב 45 דערציילט זכרונות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דעם מוצאי שבת נאך שלש סעודות אין ביהמ"ד בית יוסף מרדכי אין טשעסטער בגלילות קרית יואל, בליל ההילולא קדישא אור ליום כ"ו אב.
די דורון דרשה מיט א פראכטפולער סעט ספרי "דברי יואל", וואס הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו האט געשאנקן לכבוד די בר מצוה פון א זון פונעם באקאנטן חרדי'שן זשורנאליסט ר' אריה ערליך, רעדאקטאר פון די "משפחה" מאגאזין.

אל הנער הזה התפללתי: פריש בילד פונעם ניינציג יעריגן ראש ישיבה הגאון רבי צבי קושעלעווסקי שליט"א, מיט זיין אויסגעבעטענעם בן יחיד אליהו ני"ו, וואס זיין געבורט מיט צוויי און א האלב יאר צוריק האט איינגענומען גאנץ כלל ישראל.

האדמו"ר מדושינסקיא פארברענגט אייגנארטיג מיט צוויי קינדערלעך ביי א משפחה שמחה די וואך אין בית שמש.

א ליטווישער בחור‘ל האט זיך געזעצט פאר א בילד נעבן א מאלעריי פון הגאון רבי שמעון שקאפ זצ"ל און הגאון ר‘ ברוך בער לייבאוויטש זצ"ל ביי די היסטארישע ‘היכלות‘ פארשטעלונג אין ירושלים, ווילנדיג זיין א טייל פון היסטאריע ווען די צוויי תורה ריזן האבן געלעבט און פארשיינט די וועלט מיט זייער תורה.

דער נאסטאלגישע ארון הקודש פון בית המדרש הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט ווערט ארויסגעפירט פון היכל, און ווערט געשיקט צו ווערן גענצליך איבערגעגלאנצט וואס וועט צוגעבן א פנים חדשות צום מזרח וואנט פון ביהמ"ד.

האדמו"ר מזידיטשוב באר שבע קומט אן אויף א באזוך אין מחנה שלוה דבאבוב, וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן דעם "ל"ג בעומר טאג" בתוככי המחנה.
האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג, ביים דורכגיין די טשעק-אין פראצעדור אין די קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק, אונטערוועגנס צום מסע הקודש קיין ארץ ישראל. לידו פון רבי'ן ווערט געזען הרבני הנגיד ר' מרדכי ווייסבערג, וועלכער האט באגלייט דעם רבי'ן ביז ארויף צום פליגער און זיכער געמאכט אז אלעס גייט דורך געשמירט.

האדמו"ר מיערוסלאב כאפט א היטש מיט'ן באקאנטן שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד במקום מגוריו אין בראכפלד מודיעין עילית.

האדמו"ר מספינקא אנטווערפן האלט מיט די ליקוי חמה וויילדניג אין בארנמעט, ענגלאנד אויף אפרוה.

הרה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם, ביים באטראכטן היסטארישע כתבי קבלה וואס איז געברענגט געווארן צום רבי'ן דורך דער אנטיק מומחה הרב יהודה ברייער הי"ו, אנפירער פון דער היסטארישער היכלות אויסשטעלונג.

האדמו"ר מנדבורנא צפת באשיינט ביים שמחת החתונה בבית העסקן הרב ברוך הימל הי"ו, יו"ר ארגון רפואה וחיים אין בני ברק.
פטירה פון הישיש רבי יעקב ברויפמאן ז"ל, וואס איז אוועק די וואך אין ארץ ישראל, האט אויפגעברענגט שפעקולאציעס אז זיין צורה ענדלט גאר שטארק אין צורת קדשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

לויטערע ערב שבת בילד פון הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם, ביים אפברענען די לעכט דעם ערב שבת אינעם עיר המקובלים צפת.

תלמידים וועלכע קערן זיך צוריק אין ישיבה צום אלול זמן אין קרית צאנז נתניה, ליינען די מודעות איבער די תקנות הישיבה, צווישן אנדערע אז עס איז פארבאטן ארויסצוגיין צום ים אין נתניה.

גדולה שימושה: האדמו"ר מפיטסבורג, מיט זיין אייגנארטיגע פשטות, האלט דעם מייק פאר האדמו"ר מסקולען ירושלים ביים זאגן די שבע ברכות ביי א משפחה שמחה די וואך.

צווישן די מאסן מתפללים ביים ציון הקדוש פון הרה"ק מספינקא זי"ע, ביומא דהילולא ז"ך אב, מערקט "קרישקעס" דער פאנדרעיזער מייסטער ר' שלמה זלמן שפיטצער, מחשובי חסידי ספינקא.

הרב שמחה קרקובסקי, משב"ק אדמו"רי בית לעלוב, צינדט אן א מדורה ביים רחבת הציון הקדוש אין לעלוב, פוילן ביים מעמד ההדלקה דורך די תלמידי מתיבתא תורה ויראה דסאטמאר מאנסי, נאכן מתפלל זיין ביים ציון הק'.

אמעריקאנער בחורים, יוצאי ישיבות קטנות דחסידי בעלזא, וועלכע זענען ארויפגעקומען לערנען אין די ישיבות גדולות דחסידי בעלזא אין ארץ ישראל, גייען דורך שלום נעמען פון האדמו"ר מבעלזא פארלאפענעם פרייטאג ערב שבת.

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג פארברענגט אויפן פליגער קיין ארץ ישראל מיט הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א, ראש כולל תשובות והנהגות און זון פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א.
הארצרייסנדע דברי הספד דורך הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא שליט"א, גאב"ד ציריך שווייץ, ביי די לוויה היינט פארמיטאג אינעם לופטפעלד אין ציריך שווייץ, וואו מ'האט באגלייט דעם חשוב'ן דיין און מורה וודאין, הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דומ"ץ דקהל צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, וועלכער איז דעם וועלכער איז דעם דינסטאג פלוצלונג נפטר געווארן וויילנדיג אויף אפרו אין שווייץ, און איז היינט ארויפגעברענגט געווארן קיין אמעריקע לקבורה.
נייער שיינער און פראקטישער צודעק העכער דעם ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע לכבוד די הילולא קדישא העעל"ט צו פארגריגערן צו מתפלל זיין ביים ציון.

הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין מנהיג קהילות הפרושים מיט המשפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א ווערן ענטפאגען מיט פייערדיגע עקסטאז ביים מעמד כבוד התורה דורך הונדערטער תלמידים פון די נאסטאלגישע מוסד תורה ויראה אין מאה שערים געגנט אין ירושלים, ווערט אויך געזעהן דער אורח הכבוד הנגיד ר' יעקב מרדכי יאזשעף פון וויליאמסבורג.

הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה, איז זיך משתתף ביים שמחת הבר מצוה פון א זון פונעם באקאנטן חרדי'שן זשורנאליסט ר' אריה ערליך, רעדאקטאר פון די "משפחה" מאגאזין.

די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע ביים אויפשטעלן גרויסע שאטערס אויפן בית החיים הר שלום אין מאנסי, לקראת די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.

הרב חיים אלעזר ראזענפעלד, מנהל מוסד בית לפליטות, מערקט "קרישקעס" ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג, אנקומענדיג אינעם לוד לופטפעלד היינטיגן דאנערשטאג אינדערפרי.

יארצייט סעודה פארגאנגענעם מוצאי שבת כ"ו אב, לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אין ר' ישעי'לע'ס הויז אין קערעסטיר, אונגארן.

האדמו"ר מספינקא ווערט געזעהן ביי א מסיבת לחיים היינטיגן דאנערשטאג ראש חודש אלול בבית מדרשו אין בית שמש, מיטן בעל מנגן ר' בנצי שטיין הי"ו, וואו מען האט געזונגען דעם אויסגעווייקטן "אדון הכל", וואס פלעגט געזינגען ווערן ביי בחצרות ספינקא.
הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, מנהיג קהילת הפרושים, אינאיינעם מיט המשפיע הרה"צ רבי יודל דייטש שליט"א, ווערן אנטפאנגען מיט פייערדיגע עקסטאז ביים מעמד כבוד התורה דורך די תלמידים פון די נאסטאלגישע מוסד תורה ויראה אין די מאה שערים געגענט אין ירושלים. אינעם הינטערגרונד ווערט געזען דער אורח הכבוד הנגיד רבי יעקב מרדכי יאזשעף הי"ו פון וויליאמסבורג.

האדמו"ר מוויזניץ ביים הנחת תפילין פונעם בר מצוה בחור, א זון פון ר' אפרים פעלדמאן, מנהל איחוד הצלה סניף בני ברק, אין מאלויע שווייץ וואו דער רבי וויילט דורכאויס דעם זומער אויף אפרוה.
האדמו"ר מארלוי באזוכט אינעם הכנסת אורחים "אשל אברהם" אין קראקא, בהנהלת הרב החסיד ר' אברהם זאלדאן הי"ו, זייענדיג אויפ'ן וועג אהיים קיין ארץ ישראל נאכ'ן וויילן די לעצטע וואכן אין זאקאפאנע, פוילן, אויף אפרוה.

ביום המסוגל ערב ראש חודש אלול מערקט "קרישקעס" הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א, זון פון האדמו"ר מגור, ביים מתפלל זיין ביי די קברי אבות אינעם מערת המכפלה אין חברון פאר די יתומים און יתומות פונעם ארגון "הבן יקיר" בראשותו.

דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א איז מסביר דער מהות פון די רבינישע בגדים ביי די חכמי ספרד, באזוכנדיג ביים "היכלות" פארשטעלונג פארגאנגענע וואך אין ירושלים.
האדמו"ר מוויזניץ אין א שמועס בנועם שיח מיט האדמו"ר מגור ביים מעמד אדיר "מקדישי שמך" בחצר הקודש וויזניץ, פארגעקומען אין בית המדרש הגדול גור אין ירושלים.
האדמור"ים מסקולען פון לעיקוואוד אין ירושלים פאררייכערן א ציגארעטל דעם מוצאי שבת נאך הבדלה, ווי עס איז געווען דער מנהג ביי אדמור"י בית סקולען.

העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין געוועזענער משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל איז מתפלל ביים ציון הק' צום ערשטן יארצייט וואס געפאלט אויס דעם שבת ב' אלול.






תגובות