קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש
הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה אין א פייערדיגן טאנץ דעם מוצאי יום הקדוש אין איינע פון די ישיבות בראשותו, זינגענדיג ניגוני אומאן זייענדיג נאך אונטערן איינדרוק נאכן פראווענען יום טוב ראש השנה ביים קיבוץ אין אומאן.
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באטראכט מיט התרגשות א תימנ'ער אתרוג וואס די חסידים אין ארץ ישראל האבן געשאנקען פאר'ן רבי'ן איידער'ן פארלאזן ארצינו הקדושה נאך זיין לענגערע באזוך בקרב חסידיו.
ביים באזוך פאריגע וואך פון האדמו"ר מוויזניץ ירושלים ביי מחותנו האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא, מערקט "קרישקעס" ווי אן אייניקל פונעם וויזניצער רבי'ן טוט פאראייביגן דעם באגעגעניש מיט א כשר'ע פליפ-פאון.

המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים פארברענגען מוצאי ראש השנה אין ישיבת אש התורה ביים כותל המערבי. נעבן דעם משפיע מערקט "קרישקעס" הרב יענקי ראטה הי"ו פון "מפואר".
האדמו"ר מפשעווארסק וואונטשט זיך א גוט געבענטשט יאר מיטן שוואגער האדמו"ר מספינקא אנטווערפען דעם ערב ראש השנה נאך די סליחות זכות ברית.

צווישן די רבבות אלפי ישראל ביים תיקון הכללי ערב ראש השנה אין אומאן, מערקט "קרישקעס" האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא, הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה, און המשפיע רבי מוטה פראנק שליט"א.
מחיל אל חיל: הגה"צ רבי בנימין פינקל שליט"א משגיח ישיבת מיר האלט מיט דעם סדר לימוד מוצאי יום הקדוש אין ישיבת מיר, לויט די תקנה וואס איז איינגעפירט די לעצטערע יארן אין די ליטווישע תורה וועלט.
ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א מיט זיין אייגנארטיגע כאראקטער און שפלות רוח, בעט מחילה פון די חסידים ביים טיש ערב יום הקדוש.
האדמו"ר מאמשינוב ביי אמירת תשליך דעם ערב שבת שובה ביי א שווים באסיין פון א שכן אין שכונת בית וגן.
פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביי אמירת תשליך דעם ערב יום הקדוש זיצנדיג אין זיין ספרינטער קאר זייענדיג אונטערוועגנס קיין בית שמש וואו דער גאון האט געוויילט יום כיפור כמנהגו יעדעס יאר.

שיין בילד פון האדמו"ר מסערדאהעלי ביים עוסק זיין בתורה בבית מדרשו פון חתנו הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א איידער די שמחת הברית פון אן אור אייניקל פאריגע וואך.

שמירת עינים נוסח וויזניץ אויפ'ן ללכת טשארטער קיין ארץ ישראל דעם ערב ראש השנה.

האדמו"ר מוויזניץ באזוכט אינעם קרן עולם התורה קאמענד סענטער אין בני ברק, בשעת די טשערידי קאמפיין דורך טויזנטער ארטיגע סעמינאר מיידלעך לטובת דער קרן.
כבוד התורה: העכער 13 טויזנט זיצן, אינאיינעם מיט די סטעידזשעס, טענטס און אלע צוגעהערן, אהערגעשטעלט דורך די בארימטע רענטעסטיק קאמפעני, פארן גרויסארטיגן מעמד "נשי אדירי התורה" אין לעיקוואוד.

האדמו"ר מביאלא באזוכט אינעם קרן עולם התורה קאמענד סענטער אין ירושלים, בשעת די טשערידי קאמפיין דורך טויזנטער ארטיגע סעמינאר מיידלעך לטובת דער קרן.
האדמור"ים מצאנז קלויזנבורג און באבוב 45 וואונטשן זיך א א גמר חתימה טובה דעם מוצאי ראש השנה ברחובות בארא פארק.

בחצר הקודש באבוב איז היי יאר אויף יום הקדוש אויפגעשטעלט געווארן א סטעידזש אויף וועלכן די בעלי תפילה זענען געשטאנען דורכאויס יום הקדוש, אויסגעארבעט על פי הוראת הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א, כדי דער פיל-קעפיגער ציבור זאל קענען בעסער מיטהאלטן דאס דאווענען, בפרט קולו בקודש פונעם רב שליט"א בשעת'ן יורד זיין לפני התיבה.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה איז מקיים דעם מנהג כפרות אין שטאט מעזיבוזש אין אוקריינע וואו דער רבי האט געוויילט דעם שבת שובה, נאכן פראווען ראש השנה אין אומאן.
האדמו"ר השרף מלעלוב ניקלשבורג איז מקיים דעם מנהג כפרות ערב יום הקדוש אין די פריע פארטאגס שעהן.
בקולי קולות: חסידי קארלין סטאלין זענען מתפלל ביים מערת המכפלה אין חברון דעם שלש עשרה מידות.
עקסטאזפולע פייערונג אין די צענטראלע קרן עולם התורה קאמפיין קאמאנד סענטער ביים דערגרייכן דעם מספר עצום פון 100,000 נדבות.
האדמו"ר מראחמיסטירווקא ביים וואונטשן דעם עולם מוצאי יום טוב ראש השנה שטייענדיג אויף א באנק מיט זיין אייגנארטיגע מידת הפשטות.
האדמו"ר מסקאליע ביים פארטיילן גארטלעך פאר די חסידים וועלכע האבן גענומען א חלק אין די קאסטבארע בוי פראיעקט צו פארגרעסערן דעם סקאליע ביהמ"ד אין בארא פארק.

שמחה של מצוה: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ווייזט ארויס זיין חביבות המצוה האלטנדיג אן אתרוג הדר לקראת יום טוב הסוכות.

האדמו"ר מסאדיגורא באזוכט אינעם קרן עולם התורה קאמענד סענטער אין בני ברק, בשעת די טשערידי קאמפיין דורך טויזנטער ארטיגע סעמינאר מיידלעך לטובת דער קרן.
סאטמארער עסקן און סטראטעגיסט ר' אייזיק דאסקאל ביים אנפירן דעם לייוו קאנפערענץ וואס האדמו"ר מסאטמאר האט אדרעסירט פאר חסידי סאטמאר אלוועלטליך, בעניני צניעות.

ספעציעלע סדר לאמירת לשנה טובה ביי די קינדער פון האדמו"ר מוויזניץ, איינגעשטעלט אינעם בית המדרש הגדול אין קרית וויז'ניץ-בני ברק.

הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א ברעכט אויס אין א געוויין בשעת'ן זינגען דעם הייליגן זמר בר יוחאי ביים סיום כתיבת האותיות פאר'ן ספר תורה וואס דער רב שליט"א האט געלאזט שרייבן לעילוי נשמתו פון זקינו הגה"ק מפאלגאר זצ"ל.
אויף די אנטווערפענער גאסן מערקט "קרישקעס" הגאון רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם, אין א שמועס מיט'ן לעגענדארן משב"ק בחצר הקודש פשעווארסק, הרב משולם זילבערמאן.

כ"ק אדמו"ר רבי יאשיהו פינטו, גאב"ד מאראקא, ביים אנקומען אין אומאן, אוקראינא ערב ראש השנה מיט א פאליצייאישע עסקארט.
צוויי טאהשער חסידים האבן אונטערגענומען אן אוואנטוריסטישע אונטערנעמונג און זיך ארויסגעלאזט פון מאנסי קיין טאהש מיט ביציקלעך. עס האט זיי גענומען מער ווי א וואך, זיי זענען אנגעקומען פאר'ן זמן ראש השנה.
די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע ביים אויפשטעלן די גרויסארטיגע סוכה בחצר הקודש באבוב-45

הרב בן ציון שטאנגער, משב"ק כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ, אין א שמועס מיט'ן חרדי'שן זשורנאליסט ר' אריה ערליך, בחצר ביתו נאוה קודש פון האדמו"ר מוויזניץ אין מושב אורה בגלילות ירושלים.

הונדערטער רענצלעך אויסגעלייגט פארנט פונעם בית המדרש הגדול גור אין ירושלים, ווי טויזנטער גערער חסידים האבן געפראוועט דעם יום טוב ראש השנה בצל הקודש.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ווערט געזען ביי א לויה פון איינער פון די חסידים כאחד האדם אן קיין משמשים.

גאב"ד אנטווערפן אויף א תפילה אינעם אוהל הקדוש פון אדמור"י בית פשעווארסק, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר.

האדמו"ר מקרעטשניף קרית עתה מיט זיינע קינדערלעך זאגן דעם תיקון הכללי, אינאיינעם מיט רבבות אלפי ישראל דעם ערב יום טוב ראש השנה אין אומאן, אוקריינא.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, אין א שמועס מיט הרב משה יהושע קרעמער, מנכ"ל מוסדות ראחמיסטריווקא אין בארא פארק בעת די זמני כניסה לקראת די ימי הרחמים והרצון.

האדמו"ר מקרעטשניף קרית עטה, אין א שמועס מיט הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא אויפן פליגער קיין אוקריינא דעם ערב יום טוב ראש השנה.

ריזיגע שילדן אין אומאן, אוקריינא, באגריסן דעם חשוב'ן גאסט הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, ראש ישיבת עטרת שלמה, וועלכער האט, ווי ברייט באריכטעט, געפראוועט דעם יום טוב ראש השנה אין אומאן.

האדמו"ר מביאלא-בני ברק מערקט "קרישקעס" אינעם נייעם היכל התורה אינעם בית המדרש דחסידי ביאלא בני ברק אין עיה"ק ירושלים, זיך צו דערקוויקן דאס הארץ מיט א בלאט גמרא נאך עטליכע שעה וואס דער רבי האט אויפגענומען די חסידים אין שטאט לקראת די הייליגע טעג.

דעם ערב יום טוב ראש השנה האט העסקן רבי יוסף אריה כ"ץ, מחשובי חסידי וויזניץ אין וויליאמסבורג, איבערגעגעבן א מתנה מיוחדת פאר רבו האדמו"ר מוויזניץ, דער מחזור אין וועלכער הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע האט געדאווענט וויילנדיג ראש השנה אין אמעריקע איינע פון די יארן.

דער באקאנטער זשורנאליסט מנחם טאקער פון ארץ ישראל, ערהאלט ברכת הקודש פון האדמו"ר מאמשינוב צום נייעם יאר אויף די גאסן פון שכונת בית וגן.
המקובל הגה"צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א ווינטשט א גוט געבענטשט יאר פאר אלע זיינע אנהענגער, חסידים און מעריצים, און איז זיך מתנצל אז ער קען נישט פערזענליך ווינטשן יעדעם בפרטות, צוליב דעם ריבוי עם בלי עין הרע.
האדמו"ר מסאדיגורא איז מפריש א סכום הגון לצדקה פארן קופת הקהל דעם ערב יום טוב ראש השנה.

העסקן הרב מאיר פרוש הי"ו בקודש פנימה ביים ראש ישיבה, הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, זיך צו וואונטשן צום נייעם יאר.

דעם יום טוב ראש השנה האט זיך האדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א באנוצט מיט אן היסטארישע שופר פונעם סנגורן של ישראל, דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע, וואס איז געברענגט געווארן צום רבי'ן דורך הנגיד ר' יחזקאל ענגל הי"ו.

א מנין סליחות אינעם שאטל-באן דורך א גרופע פשעווארסקער חסידים פון לאנדאן וועלכע האבן געוויילט ראש השנה בצל האדמו"ר מפשעווארסק אין אנטווערפן.

הרה"ג רבי ליפא יואל פישער שליט"א, מו"ץ אין קרית יואל, און זון פון הרב חיים שלמה פישער, משב"ק האדמו"ר מסאטמאר, ביים איבערגעבן פאר'ן רבי'ן א צאל מהודר'דיגע אתרוגים אויף יום טוב סוכות.

האדמו"ר רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א מתורת חכם, ביים פארזאגן דעם פיוט "לדוד ה' אורי וישעי" אויפ'ן קרעטשניפער נוסח פארלאפענעם ערב ראש השנה נאך תפילת שחרית.
ביים יארצייט סעודה פונעם צדיק פלא הרה"ק רבי אהרן מקאזשניץ זי"ע ביים ירושלימער צדיק און בעל חסד רבי יצחק סג"ל שליט"א אינעם קאזשניצער שוהל, מערקט "קרישקעס" הנגיד ר' יענקי שווימער הי"ו פון וויליאמסבורג.
צוליב די ריבוי העם איז היי יאר ראש השנה געווארן איינגעפירט בחצר הקודש בעלזא אז די בחורים דאווענען אינעם גרויסן שטוב אינדערצייט וואס די ציבור האט געדאוונט אין היכל ביהמ"ד הגדול. אין ווידעא: די עסקנים צייגן וויאזוי דאס האט אויסגעזען דורך א בליק פון די מראות הקודש קאמענד סענטער.
האדמו"ר מרימינוב וואונטשט ראש השנה פעקלעך פאר יושבי חושך וצלמות, צוגעגרייט דורך וואלונטירן אין די טורמעס וואו עס שמאכטן ליידער אחינו בני ישראל.
העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו ביים זיך קוויטלען ערב יום טוב ראש השנה ביי רבו האדמו"ר מוויזניץ.

האדמו"ר מלעלוב ירושלים באזוכט ביים ינוקא הגאון רבי שלמה יהודה שליט"א לכבוד דעם נייעם יאר.
הגאון רבי אליעזר יודא פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר ביים דורכפירן די יערליכע תשרי חלוקה דורך די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "טוב וחסד" בהנהלת העסקן הרב יעקב אליעזר שישא שליט"א.
הרב משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר דינט אלס שליח ציבור ביים עלי' לציון פונעם הייליגן בעל שם פון מיכלשטאט זי"ע דעם צום גדלי'.
האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן באזוכט די נייע מקוה טהרה וואס ווערט געבויט אינעם נייעם ישוב אין וועסטקליף ענגלאנד.
האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביים באקוקן אתרוגים לקראת חג סוכות.

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין א טאנץ מיטן פארזיצער פון קרן עולם התורה הנגיד ר׳ ראובן וואלף הי"ו, נאכן גרייכן 24 מיליאן שקל ביים טשערידי קאמפיין דורך טויזנטער ארטיגע סעמינאר מיידלעך לטובת דער קרן עולם התורה.
האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט באזוכט ביים שווער הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים.

ר' ישראל משה וויינער פון די בארימטער "וויינער שטריימלעך" שענקט א נייעם שטריימל אויף יום טוב פארן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א.

האדמו"ר מבאבוב קוקט זיך אום אין די סוכה הגדולה וואס ווערט אין די טעג אויפגעבויט בחצר הקודש באבוב פאר די טישן דורכאויס יום טוב סוכות זמן שמחתינו אינעם הויף.

ויום טוב היה עושה: המבדיל טיש אין תולדות אהרן מוצאי יום הכיפורים.
למידים פון תלמוד תורה תולדות אהרן אין טבריה זענען מתפלל ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס, אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר פאר די חשובע מחזיקי תורה, תומכי המוסד בארץ ובגולה.
דער אלעמען באקאנטער פאטאגראפירער בחצרות הקודש נפתלי לרר איז מסיים זיין ערשטע מסכתא, מסכת חולין אין ראם פון די גאר אויפגעכאפטע דף היומי שיעור דורכן פאפולערע מגיד שיעור ר' אלי סטעפאנסקי.

הארציגע דברי התעוררות פון הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב איידער אמירת תשליך בחצר בית מדרשו אין ירושלים. צווישן די משתתפים מערקט "קרישקעס" העסקן הרב ישראל פרוש הי"ו געוועזענער מעיאר פון שטאט אלעד.
הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע ווערט באמערקט אין א ליבליכע שמועס מיט א תלמיד, אהיימגייענדיג פון תפילת שחרית אין ישיבה.
הייליגע מאמענטן דען ליל ערב יום הקדוש ביים כותל המערבי, ווי רבבות אלפי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן האבן מיטגעהאלטן די אונטרשטע סליחות פונעם יאר.
אידן זאגן תשליך ביי א שווים באסיין, פיל מיט גאלדפיש, ביים באלחובער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.

הרה"ח ר' אהרן בנציון בייגל הי"ו משב"ק הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, מערקט "קרישקעס" ביי איינע פון די מניני סליחות אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק דעם ערב יום הקדוש.

מנהג ישראל תורה: האדמו"ר מליסקא ביים מנהג פון מלקות, דעם ערב יום הקדוש.





תגובות