top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני כמה שניות
  • זמן קריאה 5 דקות

דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


האדמו"ר מסטראפקוב באטייליגט זיך ביי שלש סעודות די וואך בצל האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין ירושלים.


האדמו"ר מלעלוב בר אילן איז מכבד די קינדערליך צו שמעקן די הבדלה ליכט כמנהג ישראל תורה, נאך הבדלה דעם מוצאי שבת אין בארא פארק.


האדמו"ר מפאפא אין א שמועס מיט אחיו הגה"צ רבי אהרן גרינוואלד דומ"ץ פאפא ביים כשרן די מקוואות אין מחנה קהילת יעקב פאפא אין סוואן לעיק.


די שוואגערס הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א און הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אין א באגעגעניש ביים שמחת החתונה פאריגע וואך פון נכד גיסם גאב"ד סאטמאר בארא פארק.


די נייע מצבה וואס איז געשטעלט געווארן על קברה פון הרבנית ממעזיבוז ע"ה אשת נעורים פון האדמו"ר ממעזיבוז ככלות השלושים לפטירתה.


דער רבי שליט"א ביים פארליינען די נוסח המצבה כנהוג נאכן מעמד הקמת המצבה.


צווישן די הונדערטער מנחמים בחצר הקודש ראחמיסטריווקא מערקט "קרישקעס" האדמו"ר מסאטמאר (לינקס) און שלוחא דרבנן העסקן הרב מאיר פרוש (רעכטס).


האדמו"ר מבישטינא טאנצט מצוה טאנץ מיט די נייע אייגענארטיגע "טיפ הפקות" גארטל אהערגעשטעלט מיוחד פאר רבישע חתונות וכדומה.


הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ביים מעמד זיכוי הפת פארלאפענעם ערב שבת בהעלותך אין די פיינגראוו רעזארט אין קערהנאקסאן וואו דער רב שליט"א האט אפגעראכטן א שבת התאחדות מיט די תלמידי ישיבה קטנה אין קרית יואל.


האדמו"ר מסקווירא ערשיינט צום שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל אינאיינעם מיטן מעמד חנוכת הבית פאר די בניני מוסדות סקווירא אין מאנטריאל פארגעקומען אין די עטרת טשארנא זאל.


הגה"צ אבד"ק קרית צאנז שליט"א טרעט אויף ביים שמחת הווארט פון החתן בצלאל רייכמאן פון די עלטערע בחורים אין די מתיבתא אין קרית צאנז.


בשלושה ועשרים בו: קריאת המגילה דורך הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל לרגל כ"ג סיון דער יום אגרות שניות בימי מרדכי ואסתר.


הרבני הנגיד ר' יודל מאנדל הי"ו פון וויליאמסבורג בקודש פנימה ביי האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג לכבוד די בר מצוה פון זיין זון.


האדמו"ר מלעלוב בר אילן באזוכט ביי שאר בשרו האדמו"ר מלעלוב אין בארא פארק וועלכע האט ארויסגענומען עטליכע היסטארישע כתבי ידות מירושת אבותיו הק' לבית לעלוב.


האדמו"ר מוויזניץ אין א שמועס מיט הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א פארלאפענעם מוצאי שבת נאך שלש סעודות אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית וויזניץ.


ימי ביקור"י ענווים: די חשובע דעלעגאציע פון הנהלת מוסדות סאטמאר קרית יטב לב אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק קרית יטב לב שליט"א ווערן באמערקט אין שמועס מיט הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א נאך תפילת שחרית דורכאויס א בליץ באזוך אין מאנטריאל לטובת די שנעל- וואקסנדע מוסדות אין שטעטל לשם ולתפארת.


ככה יעשה לאיש: א ספרד'ישער בחור פון ישוב 'תירוש' אין דרום ארץ ישראל, וואס איז ארעסטירט געווארן פארן זיך נישט שטעלן צום מיליטער, ווערט געפירט אויף א פערד ביי א מעמד קבלת פנים אין זיין ישיבה.


א גרופע חסידישע יונגעלייט פון ניו יארק און מאנטריאל זענען פוקד דעם ציון פון הרה"ק אדמו"ר רבי שמואל אבא ממקארוב זצ"ל פארגאנגענעם זונטאג בהעלותך אינעם ווייטן וויניפעג, קאנאדע, לכבוד די יארצייט י"ד סיון.


העסקן הרב שלום בער פישל מראה"ק אין חצר הקודש סקווירא ביים ארומווייזן האדמו"ר מפאפא אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא נאכן מנחם אבל זיי האדמו"ר מסקווירא.


ערהאבן בילד, פון העכער 600 קינדערלעך פון ת"ת באיאן אין ארץ ישראל, ביי זייער חומש סעודה אין גרויסן באיאנער קלויז אין ירושלים.


די שוואגערס האדמור"ים מוויזניץ און טשערנאביל בסוד שיח ביי א שבע ברכות פון א אייניקל ביי האדמו"ר מוויזניץ.


אמירת לחיים ביים חתונה הגדולה די וואך בחצר הקודש דאראג.


הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א שמועסט מיט הגה"צ אבד"ק קרית צאנז נתני' שליט"א אויף די גאסן פון קרית צאנז היינטיגן ליל שישי.


הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא זון פון האדמו"ר מצאנז און איידעם ביי גאב"ד מאקאווא אלעד זצ"ל באזוכט ביי דודו גאב"ד מאקאווא איינצולאדענען צו די חתונה פון א קינד.


הערליכע מחול לצדיקים ביים חתונה פאריגע וואך פון א אייניקל ביי הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, צווישן חתנו הגדול גאב"ד סאטמאר בארא פארק, חתנו גאב"ד סאטמאר מאנסי, בנו אבד"ק סאטמאר 15 און נכדו אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.


דער נייע הערליכע ספר איבער הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל אויף ענגליש וואס ערשיינט די יעצטיגער טעג לאור עולם ארויסגעגעבן דורך די ארטסקראלל פובליקאציע.


דער פאטאגראפירער ר' אלי קובין וואס האט נישט לאנג צוריק זיך באזעצט אין אמעריקא איז מקבל ברכת קדשו פונעם ראש הישיבה ההגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א.


בשעת די גרויסער חתונה בחצר הקודש דאראג די וואך מערקט "קרישקעס" הרב יוסף שמעון שעכטער מנאמני ביתו פון האדמו"ר מוויזניץ ביים אפגעבן מזל טוב פארן רבי'ן אנגעטוהן בבגדי שבת לכבוד די שמחה בבית צדיקים.


דער ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א איז עוסק בתורה אויפן פליגער קיין ניו יארק צום היסטארישן באזוך לטובת דער קרן עולם התורה.


האדמו"ר מבאיאן ווערט געזעהן אינעם עזרת נשים פון ספינקא ביהמ"ד אין בני ברק ביים אריינכאפן א בלאט גמרא איידער די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל וואס איז פארגעקומען אין די זאלן בבנין הביהמ"ד.


מאסן סקווירא חסידים שלענגעלן זיך אין די רייען דורכצוגיין מנחם אבל זיין האדמו"ר מסקווירא על פטירת אחותו הרבניץ מראחמיסטריווקא ע"ה.


צווישן די פילע מנחם מערקט "קרישקעס" דער באקאנטער עסקן בחצה"ק סאטמאר הרב יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו.


האדמור"ים מלעלוב פון צפניה און בר אילן אין א שמועס ברחובה של עיר וויליאמסבורג ביים מעמד החופה פון א אייניקל ביים לעלובער רבי'ן פון צפניה.


האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן באזוכט אין די נייע היכל התורה "לב אהרן" ד'סאטמאר אין מאנטשעסטער זייענדיג צוגאסט אין שטאט די וואך.


דער היכל הישיבה תורת משולם פייש דטאהש פראכטפול צוגעגרייט צום שבת מרומם וואס האדמו"ר מטאהש האט געפראוועט אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.


שיין בילד פון האדמו"ר מטאלנא ביי הבדלה פאריגן מוצאי שבת אין שיכון סקווירא, נאכן וויילן שבת בצל האדמו"ר מסקווירא.


דער מעיאר פון שטאט קערעסטיר באזוכט אינעם איבערגעבויטן בית המדרש אין קערעסטיר דאס ארט וואו עס האט געדאווענט דער צדיק וקדוש, רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, אויסדרוקענדיג זיין באגער מיטצוהאלטן די בוי ארבעט אויפן שטח פונעם היסטארישן בית המדרש.


מלחמתא של תורה ביים שיעור כללי דורך הגאון רבי ישראל בונים שרייבער שליט"א ראש ישיבת נתיב הדעת אין ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד די וואך.


הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט''א ראש ישיבת עטרת שלמה אין א באגעגעניש אין ניו יארק מיט הנגיד ר' חוני הערצקא הי"ו מגדולי תומכי ומחזיקי תורה.


די בארימטע רענטעסטיק פירמע ביים אויפשטעלן די שאטער'ס אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי, לקראת די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל.


הרה"צ רבי יהושע העשיל האגער שליט"א בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל מערקט "קרישקעס" ביים לערנען ספרי אביו ביומא דהלולא קדישא ביים ציון הקדוש אין מאנסי.


שיין בילד פון האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים ביים דינען אלס מוהל ביים שמחת הברית פון א אור אייניקל פאריגע וואך.


האדמו"ר ממבקשי השם מערקט "קרישקעס" גייענדיג אויף די בני ברק'ע גאסן איינאיינעם מיט בנו היניק ני"ו דעם פרייטאג נאכמיטאג נאכן איינקויפן לכבוד שב"ק.


הרבני הנגיד ר' וואלף זיכערמאן ראש הקהל מונקאטש בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא לרגל די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל, וואו ער האט בתוך הדברים איבערגעגעבן א פריסת שלום פון רבו האדמו"ר ממונקאטש.


הרבני הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו פון לעיקוואד בונה ומקים פונעם מרכז העולמי דחסידי אלכנסדר אין בני ברק באזוכט די בוי ארבעט אינעם בנין החדש זייענדיג צוגאסט די וואך אין ארץ ישראל.


האחים האדמור"ים מראחמיסטריווקא ביים מקבל זיין תנחומין דורכן טעלעפאן פון אדמור"ים ורבנים פון אויסלאנד.


אייגענארטיגער "סעודת הילולא" פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל אפגעראכטן דורך עורכי ומפיצי ספריו הבהירים.


שיין בילד פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא ביים פארברענגען מיט אן אייניקל ביי א חתונה די וואך אין הויף.


האדמו"ר מבאבוב 45 אין א ברודערליכן שמועס מיט אחיו הצעיר הגה"צ רבי משה יוסף אונגער שליט"א אבד"ק ווייצטען שיקאגא ביי א משפחה שמחה די וואך.



יברך את הנערים: האדמו"ר מסאטמאר בענטשט א קינד פון איינע פון די חסידים אין מאנסי מיט זיין ליבליכע שמייכל.


ילדי ת"ת ראימיסטריווקא אין בארא פארק דורכגיין מנחם אבל זיין האחים האדמור"ים מראחמיסטריווקא אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' מרדכי דוד שנייד משב"ק ונאמן ביתו פון מורו ורבו כ"ק האד' מבאיאן שליט"א, לרגל שמחת אירוסי בתו למזל טוב.


תגובות


bottom of page