top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני 10 דקות
  • זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

 די י"ב חלות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל צום פארקויפן ביים גרויסן סקולענער סעודת הודאה דעם מוצאי שבת אין די המספיק רעזארט. די חלות זענען פרעזערווירט אין א ספעציעלן גלאז כדי זיי צו האלטן אין א גוטן צושטאנד.


שיין בילד פון האדמו"רים מתולדות אברהם יצחק און וויזניץ לאנדאן ביי תפילת שחרית איינע פון די טעג אין מקום הנופש אין הר יונה.


 האדמו"ר מפינסק קרלין באגלייט ארויס זיין חברותא, דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, נאך א ברית פון אן אייניקל די וואך, ביי וועלכן הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א איז מכובד געווארן מיט מוהלות.


האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא זיצט מיט זיין אייגנארטיגע פשטות און ענוות חן אויף א באנק אין הארנסטייפלער בית המדרש, נאכן מנחם אבל זיין ביי האדמו"ר מהארנסטייפל בחדרו הפרטי אין זיין ביהמ''ד אין ביתר.


אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די ירושה צעטיילונג מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה זי"ע איז פארגעקומען א זיצונג אין די אפיסעס פון הרבני הנכבד ר' מאיר הירש הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב אין קרית יואל, מיט הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק אדמו"רי בית סאטמאר, זיך גרייטנדיג צו צוטיילן די זילבערווארג פון די ירושה.


דער לעגענדארער פורים רב בחצר הקודש וויזניץ וויליאמסבורג, הרב בנימין בוקסבוים, איז משמח ביים גרויסן סקולענער מעמד ההודאה דעם מוצאי שבת נחמו, אין די המספיק רעזארט אין די קעטסקילס.


האדמו"ר מסקולען לעיקוואוד באזוכט ביי הגה"צ אב"ד טערניווע שליט"א אין מאנטיסעלא, וואו דער רבי האלט זיך אויף די יעצטיגע זומער וואכן אויף אפרוה.


 הרה"ג ר' אהרן זילבער שליט"א, בנו חביבו ויד ימינו פון האדמו"ר מתולדות יהודה, איז זיך משתתף ביים מעמד ההודאה דעם מוצאי שבת נחמו בחצר הקודש סקולען ירושלים, פארגעקומען אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לכבוד די באזוך פון האדמו"ר מתולדות יהודה אין ארץ ישראל, און איז צוגעשטעלט געווארן לכבוד דעם מעמד, בטוב עין, גענצליך בחינם.


צונאויפשמועס אינעם קור שטעטל פרעדיאל אין רומעניע, צווישן הרב יואל בוקשפאן, לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש קארלין סטאלין, הרב יצחק ראזענבערג, גבאי ביהמ"ד הגדול קרית וויזניץ בני ברק, און הרב זעליג קארניצער, מנאמני ביתו פון האדמו"ר מוויזניץ.


תלמידי ישיבה קטנה וויזניץ מאנסי פארהערן זיך אויף גאנץ מסכת פסחים ביי האדמו''ר מתולדות צבי דספינקא וועלכער האט דערנאך איבערגעגעבן דברי חיזוק והתעוררות פאר די בחורי חמד לקראת די ימי הרחמים והסליחות.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא מערקט "קרישקעס" אין א גלאזערנע עלעוועיטאר ביים פארלאזן דעם מעמד כבוד התורה פאר די אברכי החסידות די וואך אין דער שטאט ביתר.


האדמו"ר מסאטמאר ביים אנוואונטשן דער בעל מנגן ר' עוזיאל דייטש פון ארץ ישראל, ביי א הכנסת ספר תורה פארגאנגענעם מוצאי שבת אין די העיוואוד קאנטרי.


הנגיד הישיש ר' יאנקעלע גליק, וועלכער איז מיטגעפארן מיט די נסיעה דורך תלמידי מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר, אין שפיץ פון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, צו די מקומות הקדושים, מערקט "קרישקעס" אין ר' ישעי'לע'ס הויז אין קערעסטיר, אין א שמועס מיט בנש"ק הרב ישעי' רובין שליט"א, מראשי ההכנסת אורחים אין קערעסטיר. אינעם הינטערגרונד ווערט אויך געזען הבחור בנש"ק יואל רובין נ"י, אייניקל פון ר' ישעי'לע, הויז בחור פון האדמו"ר מסאטמאר.


העסקן ר' יוחנן פליישמאן פון YF פראדאקשענס, און ר' וואלוי מענדלאוויטש פון העריטעדזש סילווער, אין א שמועס מיט המשפיע המפורסם הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א, נאכן איבערגעבן א שיעור אין די מירון היללס קאנטרי די וואך זונטאג.


ביים ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון מערקט "קרישקעס" הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א, זון פון האדמו"ר מגור, וראש הכוללים דחסידי גור ביים איינרייסן בעד הכלל והפרט.


די ראשי הוועד פון די היכלות פארשטעלונג באזוכן ביי האדמו"ר משאץ וויזניץ, וועלכער האט ארויסגעגעבן אן אומשאצבארע אוצר מבית גנזיו, די שטריימל פונעם זיידן הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע, וואס ליגט באוצרו הטוב, צו קענען צייגן פאר די טויזנטער באזוכער ביים פארשטעלונג די קומענדיגע וואך אין עיה"ק ירושלים.


 האדמו"ר ממבקשי אמונה, וועלכע האלט זיך אויף די יעצטיגע זומער וואכן אין דאוואס, שווייץ אויף אפרוה, איז די וואך ספעציעל ארויסגעפארן צום קור שטעטל אראזא צו מאכן די ברכה נדירה פון עושה מעשה בראשית אויף די ווייסהארן בערג, וואס איז פון די העכסטע בערג צווישן די שווייצער אלפן.


די שדכנים פאנעל וואס איז אפגעהאלטן געווארן ביים ערשטמאליגן "שידוכים פארזאמלונג", פאררופן דורך קהל יטב לב דסאטמאר, ווי חשוב'ע שדכנים, חסידי סאטמאר, האבן זיך אויסגעשמועסט לפני קהל ועדה איבער די שטארקע פלאגעניש וואס דער ציבור גייט דורך, און פארגעשטעלט לעבעדיגע און פראקטישע לעזונגען צו ענדיגן דעם קריזיס און מרבה זיין שמחות ביים היימישן עולם.


די וואך ביים באזוך פון האדמו"ר מסאטמאר אין מחנה ישיבה קטנה ד'סאטמאר בארא פארק, האט דער רבי געשאנקען א לעדערנע סידור פאר העסקן ר' אליהו יצחק שניידער הי"ו, וואס האט שטארק ארויסגעהאלפן אויף די לעגאלע פראנט צו באקומען די נויטיגע פערמיטן צו עפענען די קעמפ אויף דעם יעצטיגן זומער סעזאן.


תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם: האדמו"רים מסטריקוב אין א ליבליכע שמועס ביים שמחת החתונה די וואך בחצר הקודש סטריקוב אין בני ברק.


הגאון רבי צבי בראווערמאן שליט"א, ראב"ד ביתר, קוקט זיך אום אויף די געהויבענע עבודה פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביי נטילת ידים, ביים מעמד חלוקת פרסים פאר די אברכי הכולל דחסידי ראחמיסטריווקא אין שטאט ביתר.


האדמו"ר מוויניץ ווערט באמערקט אויפן טעראסע פון זיין אכסניא אין מאלויא, שווייץ, וואו דער רבי שליט"א וויילט די יעצטיגע זומער וואכן אויף אפרוה.


הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א איז עוסק בתורה אויפן עראפלאן אונטערוועגנס צום נסיעה למקומות הקדושים מיט די תלמידי המתיבתא תורה ויראה דסאטמאר.


האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק רייניגט אויס דעם ביהמ"ד בכבודו ובעצמו בין גברא לגברא צווישן איין מנין און דעם אנדערן אין כלל ישראל'ס שול אין וואודבארן, וועלכע ווירבלט מיט טויזנטער מתפללים טאג-טעגליך אין די יעצטיגע זומער סעזאן.


הגאון רבי שלמה קניבסקי שליט"א, בנו בכורו פונעם שר התורה הגר"ח קניבסקי זצ"ל, ביים ליינען מגילת איכה מתוך הקלף ווי עס האט זיך נוהג געווען זיין גרויסן טאטן דער שר התורה, צו ליינען איכה פון א פארמעט מגילה, מיט א ברכה בעפאר.


האדמו"ר מסטראפקוב, ווערט געבענטשט בברכת כהנים דורך מחותנו הרה"צ רבי מנחם מענדל ראזענפעלד שליט"א, זון פון האדמו"ר מפינסק קארלין, ובנו החתן המיועד להיות חתנו פונעם רבינ'ס איידעם הגה"צ ר' יחזקאל שרגא דוד האלפערין זצ"ל, דומ"ץ צאנז רמות, לקראת די שמחת החתונה וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך.


א בא'חנ'ט יונגל פארקוקט זיך בשעת די געהויבענע ריקודין ביים גרויסן סקולענער סעודת הודאה דעם מוצאי שבת נחמו אין די המספיק רעזארט אין די קעטסקילס.


שיין בילד פון האדמו"ר מסאדיגורא ביים מעודד זיין די ריקודים בשעת די סעודת הברית לבן הנולד לו למזל טוב.


די ראשי הוועד פונעם "היכלות" פארשטעלונג בקודש פנימה ביי האדמו"ר מלוצק, וועלכער האט ארויסגעגעבן א היסטארישע כתב יד פונעם הייליגן קאזשניצער מגיד זי"ע צו צייגן פאר די טויזנטער באזוכער ביים פארשטעלונג די קומענדיגע וואך.


הרב אבא חזן, משב"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא, מערקט קרישקעס צווישן די טויזנטער משתתפים ביים מעמד ההודאה דעם מוצאי שבת בחצר הקודש סקולען ירושלים.


דער ציון הקדוש פונעם בעל שם טוב הקדוש זי"ע, ווערט אין די טעג פאכמאניש נאכגעבויעט מיט גרויס פונקטליכקייט דורך פראפעסיאנאלע האנט-ארבעט, אין בעפארברייטונג צום היסטארישן "היכלות" אויסשטעלונג וואס וועט אפגעהאלטן ווערן דעם קומענדן וואך אין עיר הקודש ירושלים, ביי וועלכע מ'וועט פארשטעלן דאס לעבן און שאפן פונעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע.


דער פייערדיגער לעלובער ריקוד ביים שמחת החתונה פון החתן, זון פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, פארגעקומען אין בני ברק.


האדמו"ר מתולדות אהרן אין א באגעגעניש מיט'ן מגיד מישרים הרה"ג רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א ביים ציון הקדוש אין שטאט ליסקא, בעצם יומא דהילולא פונעם הייליגן אך פרי תבואה זי"ע.


דער שר המצילים, העסקן הרב שמעון שישא, טרעט אויף ביים זומער קעמפ פאר די בחורים יתומים וואס זענען אנגעשלאסן אין די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "הבן יקיר" דחסידי גור, בראשות הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א, זון פון האדמו"ר מגור.


כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א באזוכט ביי שאר בשרו הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, נו"נ לצדיקי בית סטריקוב, איינצולאדענען דעם ראש ישיבה צו די חתונות פון צוויי אייניקלעך ביים רבי'ן וואס קומט פאר אין די נאנטע וואכן.


 אוהבן של ישראל, האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק, אין א באגעגעניש מיט אחיו האדמו"ר מגארליץ בבית מדרשו אין כלל ישראל'ס שול אין וואודבורן די וואך.


נאכן שמחת הוואך נאכט בחצר הקודש סאדיגורא מערקט "קרישקעס" דעם חותן המלך הגה"צ רבי אשר שטערנבוך שליט"א, דומ"ץ מחזיקי הדת ואבד"ק אוהל יעקב אנטווערפן, אין א שמועס מיטן לעגענדארן משב"ק בחצר הקודש וויזניץ, ר' יוסף שמעון שעכטער הי"ו.


הגה"צ ר' יצחק ישעי' האגער שליט"א, זון פון האדמו"ר מוויזניץ, מערקט "קרישקעס" צווישן די הונדערטער מתפללים ביים ציון הק'  אין אתרא קדישא מירון ביום המסוגל חמשה עשר באב.


דער נעים זמירות ישראל, ר' מרדכי ווערדיגער, מערקט "קרישקעס" ביים שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר באב, בצל הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א, האדמו"ר מתורת חכם בבית מדרשו אין ירושלים.


העסקן הרב חיים ברוך ווייכעלדער הי"ו, מנאמני ביתו פון האדמו"ר מסטריקוב, ביים איבערגעבן פאר'ן ראש ישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א א נייע ספר ארויסגעגעבן דורך די סטריקובער הויף, אין וועלכן עס איז געדרוקט עטליכע בריוו פונעם פאטער פונעם ראש ישיבה, הרב טובי' יוסף לאנדא ז"ל, מגזע קודש לבית סטריקוב.


צונויפטרעף ביים כותל המערבי צווישן הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק אין מאנסי, מיט'ן בעל מנגן רבי מרדכי ווערדיגער און דעם משמח אלקים ואנשים הנגיד ר' זאבי פריד.


האדמו''ר מוויזניץ פארברענגט מיט חסידישע טוריסטן אויף די אלפן בערג אין שווייץ, שפאצירנדיג בנאות דשא.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן באזוכט אין "רבי משה אהרן'ס קאך", דער בית התבשיל וואס איז געגרינדעט געווארן אין שטעטל הר יונה לשמו ולזכרו פון הגה"צ גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל, וועלכער פארטיילט מזון ומחיה פאר נויטבאדערפטיגע משפחות.


האדמו"ר מליסקא געזעגנט זיך מיט אן אייניקל איידער'ן ארויספארן צוריק אין קעמפ נאך שבת נחמו.


האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק ביים בענטשן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש אין כלל ישראל'ס שול אין וואודבארן די וואך.


די יערליכע מעמד ברכת כהנים אין די אמרי שפר שטיבלעך אין די הר נוף געגנט אין ירושלים, וואו טויזנטער האבן זיך באטייליגט צו זוכה זיין אין די ברכות פון ברכת כהנים דורך איבער 400 כהנים. די מעמד איז געווארן אנגעפירט דורך די שטערן פאמיליע, מיסודו פונעם אבי המשפחה הרב שמואל יצחק שטערן זצ"ל, וועלכע האט זיין גאנצע לעבן געווידמעט צו פארשפרייטן די גרויסע ענין פון ברכת כהנים ברוב עם.


בחנ'טע קינדער קאפעליע אין די מאחנובקא בעלזא תלמוד תורה טוען מהנה זיין בשירה ובזמרה ביים מעמד כבוד התורה בין כותלי התלמוד תורה.


דער מגיד נפלא הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א אין א שמועס מיט האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק ביים אויספאסטן דעם מצב תשעה באב אין כלל ישראל'ס שול אין וואודבורן.


הונדערטער בחורים, תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר אין די יארגאנג פון שידוכים, שלענגלען זיך אין די רייען אריינצוגיין אל הקודש פנימה צו האדמו"ר מסאטמאר אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, מקבל צו זיין ברכת קדשו פאר זיווגים הגונים בקרוב אין דעם יום המסוגל פון חמשה עשר באב.


האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא אין א שמועס מיט העסקן הרב שאול לאנדא, מראשי ק"ק פיטסבורג, ביי א ניחום אבלים אין שטאט ביתר די וואך.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא באטראכט די מודעת אבל, אנקומענדיג אויף ניחום אבלים ביי האדמו"ר מהארנסטייפל על פטירת אביו הרב החסיד ר' מאיר זאב פריעדמאן ז"ל.


דער באקאנטער פילאנטראפ און כלל טוער, העסקן הרב יצחק שפירא הי"ו, ווערט באמערקט בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא די וואך.


קרוב צו 150 תלמידי המתיבתא תורה ויראה דסאטמאר אין מאנסי ביים ציון הקדוש אין קערעסטיר, אין שפיץ פון הגה"צ אב"ד סיגעט שליט"א, וועלכער באגלייט די בחורים אויף די נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע.


המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, אין א פייערדיגן ריקוד מיט אחיו הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, ביי די חתונה די וואך פון בנו החתן אין בני ברק.


קרא עלי מוע"ד: אין שטוב פונעם פוסק הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק איז ערב תשעה באב געווארן איינגעארדענט א 'קאלל צענטער' פאר אלע שאלות איבער תשעה באב, ווען צו דער זייט זיצט א דאקטער דר. ציון שלאסבערג, און אינאיינעם האבן זיי געענטפערט אויף הונדערטער שאלות.


דער טאלאנטפולער בדחן מוה"ר שלמה יעקב וועבער הי"ו ביים א דרשה בעניני היסטאריע ביום תשעה באב, אין די ארטשערד קאנטרי.


אינעם הייליגן הויז פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע, וואס שפרודלט מיט לעבן אגאנץ יאר, זענען אידן מקונן אויפ'ן פון חורבן ביהמ"ק און אויפ'ן חורבן אייראפע, וואס האט פארשניטן מיליאנען אידן, צווישן זיי דאס שטעטעלע קערעסטיר.


האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא קוקט זיך צו מיט הכנעה צום עבודת הקודש פון האדמו"ר מקאפיטשניץ ביים מסדר קידושין זיין ביי די חופה פון אן אייניקל די וואך.


bottom of page