top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני דקה (1)
  • זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

שרי הצדקות: געשפרעך צווישן הרה"צ רבי בערש רובין שליט"א מדאמבראווא מנהל כולל חיבת ירושלים, און העסקן הרב שלמה מאיער הי"ו מנהל כולל שומרי החומות ביי א שמחה די וואך.


טויזנטער ליובאוויטשער חסידים באלאגערן דעם ציון הק' אין קווינס ביומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל ג' תמוז.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א ריקוד מיטן געטרייען משב"ק הרב מענדל מאיר שווארטץ ביי די חתונה די וואך פון זיין יונגסטן קינד למזל טוב.


האדמו"ר מבישטינא טאנצט מצוה טאנץ ביי א חתונה די וואך לבן אחד מחסידיו אין שטאט לאנדאן.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא בסוד שיח מיט ש"ב האדמו"ר מראחמיסטריווקא נאך א באזוך די וואך במעונו אין בארא פארק.


דער בארימטער עסקן פון אשדוד הרב שאול לאנדא מראשי ק"ק פיטסבורג באזוכט בקודש פנימה ביים זקן ראשי הישיבות הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א אין בני ברק.


הרה"ג ר' אברהם בנימין זילבערבערג שליט"א ראש ישיבת שפתי צדיק גור אין חצור און פון די נאנטע מקורבים ביי האדמו"ר מגור שטופט זיך צווישן די טויזנטער חסידים ביים עצרת מחאה אדירה די וואך פארנט פונעם מיליטערישע טורמע נומער 10.


ראשי ק"ק סאטמאר בני ברק ביים מקבל פנים זיין הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל, וואס איז געקומען צופארן קיין ארץ ישראל בשליחות חותנו הגדול האדמו"ר מסאטמאר לרגל די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צום סאטמארער בית המדרש אין בני ברק, לזכר נשמתם פון צדיקי בית סאטמאר זי"ע.


האדמו"ר מדושינסקיא בענטשט החתן היתום ברוך הערשקאוויטש זון פון המנוח הרה"ח ר' משה הערשקאוויטש ז"ל מחשובי חסידי דושינסקיא וואס איז ליידער פריהצייטיג אוועקגעריסן געווארן מיט עטליכע חדשים צוריק.


נאסטאלגיש בילד פון האדמו"ר מבאיאן אויף א יחידות ביי כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל, ווערט פארעפענטליכט צום ערשטן מאל לכבוד די הילולא קדישא ג' תמוז.


הגאון הגדול רבי אשר ווייס גאב"ד דרכי תורה איז עוסק בתורה אויפן פליגער קיין ניו יארק וואו ער האט זיך אנגעלשאסן מיט די גדולי ומאורי הדור שליט"א צום נסיעה לטובת דער "קרן עולם התורה".


אבד"ק לימינוב ביים אנוואונטשן הרב שרגא שניצער מנהל הכנסת אורחים אהל הרשב"י נאכן פוקד זיין דעם ציון הק' אין אתרא קדישא מירון.


האדמו"ר מזוועהיל האט "קרישקעס" די וואך באמערקט אויף א תפילה ביים ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסאסוב זצ"ל בעל מנחת יום טוב אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה.


הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא באטראכט די כתב רבנות פון הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א גאב"ד ציריך ביי א באזוך די וואך ביים רב אינדערהיים.


גאב"ד אנטווערפען ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האדמו"ר מבעלזא פאריגן מוצאי שבת נאך הבדלה נאכן וויילן שבת בצל הקודש.


די פרישע מציבה וואס איז געשטעלט געווארן על קברו פון הגה"צ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי, אויפן בית החיים אין קרית קאשוי בעדפארד היללס.


הרה"צ רבי יוסף צבי לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק מאנסי, זון פון האדמו"ר מפשעווארסק איז זיך משתתף ביים מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט בבית הנגיד ר' יחיאל מיכל טויבער שליט"א לכבוד השמחה בבית ש"ב הרב רבי יואל יחיאל וואגשאהל שליט"א נשיא ומייסד המוסד "עושה חיל".


באקאנטער חסיד ר' משה גאלדמאן פון מאנסי, ווערט געזעהן אריינכאפן א בלאט גמרא ביים גרויסן וויזניצער חתונה אין וויליאמסבורג, אויף א באנק פארנט פון ביהמ"ד.


די בארימטע רענטעסטיק רענטל פירמע ביים אויפשטעלן די פלאטפארמעס פאר די מעמד חנוכת בניני מוסדות סקווירא מאנטריאל בשילוב מיטן שמחת השבע ברכות לרגל שמחת בית סקווירא.


האדמו"ר מלעלוב מערקט "קרישקעס" אינעם חצר המערב אין מירון, זיצנדיג אויף א פשוטן באנק כאחד מן השורה.


דער טאלאנטפולער מסיבה-קאארדינירער ר' אליעזר פריעדמאן הי"ו הארעוועט אריין בהתמדה ביים סדר לימוד הש"ס פון 'עי טיים' זיך אפרייסנדיג פון זיין פארנומענעם סדר היום אנצופירן דעם העכסט געלונגענעם טאג מיט אירע רייכע פראגראמען, כדי צו זיין א טייל פון די לומדי ומסיימי הש"ס אינאיינעם מיט די הונדערטער לומדים.


היכי דמי כבוד התורה: זיס בילד ווי עטליכע קינדער קריכן אויף א שטאנג צו כאפן א בליק, ביים מעמד קבלת פנים פאר די גדולי ראשי ישיבות פון ארץ ישראל, וואס זענען געקומען אויפטרייבן שטיצע פארן 'קרן עולם התורה'.


אן איינדרוקספול בילד ווי אברכי תולדות אהרן פון בית שמש שטייען סביב לשולחנו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות וועלכע האט פארהערט די אינגעלייט אויף זייערע לימודים במסגרת הכולל.


הרב יונתן בורנשטיין מנכ"ל איחוד מוסדות גור אין לעצטע באראטונגען מיט די פאליציי הארט בעפאר די עצרת מחאה אדירה דורך רבבות חסידי גור פארנט פונעם מיליטערישע טורמע נוממער 10.


דער שטר שותפות וואס האדמו"ר מסאטמאר האט אונטערגעשריבן מיט הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דער זכות פון נייעם תקנות חתונה-זאל אין בנין הבית רחל החדש אין קרית יואל.


באוואפנטע סעקיוריטי אגענטן באגלייטן די גדולי ישראל אויף זייערע מסעות ברחבי ניו יארק און ניו דזשערזי לטובת "דער קרן עולם התורה".


הרה"ח ר' יעקב יוסף בערגער הי"ו פון די "טריפל בי פראדאקשאן" פירמע ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מסקווירא נאכן אהערשטעלן דעם פראכטפולן מעמד חנוכת הבנינים פון מוסדות סקווירא מאנטריאל אינאיינעם מיט א שבע ברכות אין רבינס הויף.


די מלכות'דיגע סאטמארער שיירה אין מאנטריאל ביים אפווארטן האדמו"ר מסאטמאר אין די מאנטריאל אינטערנעשנעל לופטפעלד ביים אנקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט.


האדמו"ר מסקווירא ביים באטראכטן די מייסטערהאפטיגע קונסטווערק מיניאטור פון די נייע בניני המוסדות דחסידי סקווירא אין מאנטריאל.

הרבני החסיד ר' משה פירעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר אין א שמועס מיט הרבני החסיד ר' אברהם ווידער הי"ו מעיאר פון קרית יואל ביים מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט בבית הנגיד ר' יחיאל מיכל טויבער שליט"א לכבוד השמחה בבית הרב רבי יואל יחיאל וואגשאהל שליט"א נשיא ומייסד המוסד "עושה חיל".


האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיט בנו בכורו הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביים מעמד החומש סעודה אין די סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג.


חסידי סאטמאר אין מאנטריאל באגלייטן האדמו"ר מסאטמאר אינעם מאנטריאל אינטערנעשנעל לופטפעלד נאכן רבינס קורצן באזוך אין שטאט.


האדמו"ר מסערט וויזניץ אין א באגעגעניש מיטן בארימטער בעל מנגן ר' אברהם פריעד הי"ו ביי א שמחה די וואך אין תל אביב.


די בארימטע רענטסעטיק פארטי רענטל פירמע ביים צוגרייטן די גרויסארטיגע מעמד קבלת פנים אין לעיקוואד, לכבודם פון די גדולי ישראל פון ארה"ק וועלכע זענען געקומען צו פארן לטובת 'קרן עולם התורה'די לאגיסטיגע טיילן פון די נסיעה ווערט אנגעפירט דורך די בארימטע אלי' פריעדמאן פראדאקשענ'ס.


האדמו"ר מבית חיים יושע ביים מנהג פון דרייען מיט געלט און לימוד א' ב' ביים שמחת החאלאקע פארן זון פון הגה"צ רבי איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג.


הרה"ג ר' נח אייזיק אלבוים שליט"א רב דקהל נחלת יצחק, קווינס איבער די "עבודת השינה" פונעם גאון מפורסם רבי יוסף ענגל זצוק"ל גאב"ד ראדאמישלא, ביי א שיעור די וואך אין ראם פון ארגון שיעורי תורה אין בארא פארק.


ביים אנגרייטן די י"ב חלות פארן סעודת ליל שבת בראשות הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא אין די בעלזער קהילה אין ציריך שווייץ.


באוואפנטע אפיצירן שטייען אויף די וואך ביים גרויסן מעמד "קבלת פני רבותינו" פארלאפענעם וואך אין לעיקוואד על כל צרה שלא תבוא.


הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען בעל ויען דוד ווערט געזעהן ביים ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק רבי נחמן מהארדענקא זי"ע אין טבריה, קומענדיג ספעציעל צופארן צום יארצייט אויסצובעטן א ישועה פאר אחיו האדמו"ר מהארדענקא לרפו"ש וועלכע געפונט זיך על ערש דווי אין שפיטאל.


וויכטיגע זיצונג אינעם לשכת הבד"ץ העדה החרדית אין ירושלים אמבאלאנגט די פינסטערע גזירת הגיוס, אינאיינעם מיט העסקן הרב שמעון שישא הי"ו יושב ראש מרכז עזרה ויעוץ און דער אדוואקאט פונעם מרכז הרב מנחם שטאובער וואו מען איז איבערגעגאנגען די לעצטיגע אנטוויקלונגען ארום די שרעקליכע גזירה.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא מערקט "קרישקעס" אין חצר פונעם אכסניא אין מאנסי ביים ענטפערן הזכרות דורכן טעלעפאן.


"יבטל כל הגזירות" ביים שמחת החתונה די וואך פון א אייניקל ביי האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א אין ירושלים.


די שומרים קאמענד סענטער ביים גרויסן מעמד "קבלת פני רבותינו" פארלאפענעם וואך אין לעיקוואד.


הרב יהושע זיידנפעלד מנכ"ל תלמוד תורה "קדושת רמ"מ לעלוב ירושלים" באגלייט ארויס די נשיא המוסד האדמו"ר מלעלוב נאך אן איספת חינוך פאר אלע הורי המוסדות.


הגאון רבי אשר שטערנבוך שליט"א זון פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך איז עולה לתורה אינעם ביהמ"ד פונעם הכנסת אורחים אשל אברהם אין קראקא, דעם ראש חודש תמוז ביומא דהילולא פונעם הייליגן מאור ושמש זי''ע מקום מנוחת קדשו אין שטאט קראקא.


אבד"ק לימינוב פארברענגט ביי א מסיבת מרעים דורך חבורת "דיצת התרה" אין ירושלים בראשות הרה"ג ר' נחמן מאנדל שליט"א, פארגעקומען אויפן דאן בבית הנגיד ר' אהרן גאטליב אין ירושלים, מול מקום המקדש.


דער פאטאגראפרירער ר' אברומי בערגער הי"ו פון "די וואך" שטאב, מערקט "קרישקעס" ביי די עבודת הקודש ביים סעודת הילולא פאריגע וואך בחצר הקודש קאסוב.


הגאון רבי ישראל בונים שרייבער שליט"א לרפו"ש ראש ישיבת נתיב הדעת ביי א שיחת חיזוק אין ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד דערציילט איבער א שאקירנדע פאסירונג ווען א דאקטער אין איינע פון די שפיטעלער אין ארץ ישראל האט זיך אנטזאגט אים צו באהאנדלען צוליב זיין פאזיציע אלס "ראש ישיבה".


הגאון רבי חיים עוזר שטערנבוך שליט" זון פון מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים איבערגעבן א שיעור אין א ספעציעלער ישיבה אין שטאט טאראנטא געאייגנט פאר בחורים וועלכער זענען טויב.


אין די טעג האט כולל חיבת ירושלים, אלס "מתן שכרם בצדם" פארן אויסליידיגן די פושקעס, געגעבן א געלעגנהייט פאר די וויליאמסבורגער קינדער צו רייזן אויף אלעקסיי'ס פערד און וואגן, אילוסטרירנדיג דערמיט די אור-אלטע פארצייטישע סגולה פון אלקא דמאיר עננו.

האדמו"ר מקוידינוב שרייבט זיך א קוויטל איידערן ארויפגיין צום ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל אין די טעג ארום די הילולא ג' תמוז.

האדמו"ר מסאטמאר אויף א היסטארישע באזוך די וואך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' מרדכי קאהן ראה״ק ק"ק סאטמאר מאנטריאל וואו ער האט מנדב געווען א פאנטאסטישע סכום לטובת די נייע תלמוד תורה דחסידי סאטמאר אין מאנטריאל.

האדמו"ר מסקאליע ביים טאנצן מיט דעם נייעם ספר 'מעין גנים' פון זקינו הרה"ק מסקאליע זי"ע ביים מסיבת לחיים לרגל די הוצאה לאור פונעם ספר.


האדמו"ר מצאנז איז מתפלל ביחידות ביים ציון הק' פון אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע לקראת די חתונה פון א אייניקל די וואך.


הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל זון פון האדמו"ר מוואסלוי און איידעם פון האדמו"ר מבוהוש וועלכער איז ליידער די וואך פריצייטיג נפטר געווארן, ווערט געזעהן ביי די חתונה פון א קינד מיט געציילטע וואכן צוריק, וואו ער האט זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה און נישט ארויסגעוויזן קיין צייכן פון זיינע מיטמאכענישן און יסורים ל"ע.


די וואך ביי א קבלת פנים לכבודם פון די גדולי ישראל פון ארה"ק אין ישיבת "חפץ חיים" אין קווינס, האט מרן המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א זיך צעוויינט בעת מ'האט געזונגען דעם הארציגן ניגון "טאטאלע קום שוין אהיים" וואס דער משגיח האט פארפאסט.


הגאון רבי חיים מרדכי אוזבאנד שליט"א מראשי ישיבת עטרת שלמה אריינגעטון אין א בלאט גמרא רייזנדיג פון שטאט צו שטאט מיט א העליקאפטער אין ראם פון די מסעות קודש לטובת דער "קרן עולם התורה".


די ריקודין של שמחה ביים אייגנארטיגן מעמד החומש סעודה פאר די אריבער צוויי הונדערט ילדי חמד פונעם תלמוד תורה נעץ דחסידי באיאן אין ארץ ישראל.


די לעדערנע פרשת המן וואס האדמו"ר מטשערנאביל האט געשאנקן פאר די נדיבים בעם ותומכים פון ק"ק טשערנאביל אין ירושלים וועלכע האבן מיטגעהאלטן די גייסטרייכע שבת מיטן רבי'ן ביים כותל המערבי.


הרב מנחם לאנדא נכדו חביבו ונאמן ביתו פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ביי הבדלה אינעם אכסניא פונעם ראש הישיבה אין שטאט מאנסי בבית הנגיד ר' שמעון גליק הי"ו מעמודי התווך פונעם "קרן עולם התורה".


האדמו"ר מראחמיסטריווקא טרעט אויף מיט הארציגע דיבורים ביי איינע פון די מסיבות לטובת דער "קרן עולם התורה" די וואך אין ברוקלין.


א ברכת מזל טוב לכבוד הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו איש אמונו ומשב"ק ביי האדמו"ר מסאטמאר לרגל שמחת נישואי בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת.

א ברכת מזל טוב לכבוד הרה"ח ר' מענדיל מאיר שווארץ הי"ו איש אמונו ומשב"ק ביי האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג לרגל שמחת נישואי בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת.


bottom of page