top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • 26 ביולי
  • זמן קריאה 7 דקות

פרייטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

די היסטארישע חלה דעקל פון הרה"ק בעל חידושי הרי"ם מגור זי"ע, וואס איז געשיקט געווארן דורך די חסידים אין ארץ ישראל און איז שפעטער אריבער בירושה צו זיין אייניקל, דער הייליגער שפת אמת זי"ע, ולאחריו צו זיין זון, דער אמרי אמת זי"ע, ווערט איבערגעגעבן פאר די וועד פונעם היסטארישן היכלות פארשטעלונג דורך הרה"צ ר' איטשע דוד אלתר שליט"א, זון פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע.


הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א, האדמו"ר מתורת חכם, איז מתפלל אויפ'ן ציון הקדוש פונעם הייליגן אר"י ז"ל אין צפת, מיט'ן אויסגעווייקטן נוסח ימים נוראים.


ביי א ברית די וואך בחצר הקודש מאקאווא, מערקט "קרישקעס" דעם היסטארישן כסא של אליהו וואס איז ארויפגעברענגט געווארן קיין ארץ ישראל פון שטאט מאקאווא אין אונגארן. אויף דעם היסטארישן בענקל האט הגה"ק בעל אהל משה ממאקאווא זי"ע נאך געדינט אלס סנדק ביים שמחת הברית פון יבלחט"א דער מאקאווא רב שליט"א.


בואו ונצא לקראת שבת המלכה: המקובל הגה"צ רבי אברהם אביש צענווירט שליט"א, ביי קבלת שבת פארלאפענעם פרייטאג בפניא דמעלי שבתא, אין עיה"ק צפת, אויפן ארט וואו עס איז מקובל אז דער אר"י הקדוש האט דארט מקבל שבת געווען מידי שבת בשבתו אינאיינעם מיט זיין חבריא תלמידים.


האחים המשפיעים מלעלוב אין א שמועס שטייענדיג ביים ציון פון זייער מוטער הרבנית מלעלוב ע"ה אויפ'ן בית החיים זכרון מאיר אין בני ברק.


האדמו"ר מקאפיטשניץ וואונטשט מזל טוב פאר ש"ב הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך אב"ד אהל יעקב ודומ"ץ מחזיקי הדת אנטווערפן לרגל די געבורט פון אן אייניקל, בן הנולד ביי זיין איידעם האדמו"ר מסאדיגורא.


אין די היימישע האטעל אין קריישנבערג עסטרייך, וואו האדמו"ר מסערט וויזניץ וויילט די יעצטיגע זומער וואכן אויף אפרו, מערקט "קרישקעס" דעם משב"ק הרב משה לייב רוטנער ביים לערנען בחברותא, אינאיינעם מיט הרב משה אהרן שעכטער פון די נאנטע נאמני הבית ביים רבי'ן.


הגה"צ רבי אהרן בראנדסדארפער שליט"א, חבר ביד"צ העדה החרדית, דינט אלס מוהל ביי א ברית די וואך במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א.


שארפע מכתב אזהרה ומחאה ארויסגעגעבן דורך בנש"ק הרב פנחס עזרא פריעדלענדער, זון פון האדמו"ר מליסקא, איבער דעם איסור השגת גבול ארויסצוגעבן די ספרים הקדושים פונעם הייליגן אך פרי תבואה מליסקא זי"ע.


האדמו"ר משאץ אשדוד ווערט געזעהן אינעם בית חב"ד אינעם ווייטן שאנכיי, וואו דער רבי האלט זיך אויף די טעג לצורכי עניני כשרות.


וואונדערליכע סצענע ביים קריאת שמע ליינען פון א ניי געבוירן אייניקל פון האדמו"ר משומרי אמונים, ווען דאס קינד האט צום שטוינונג פון אלע אנוועזנדע געלייגט זיין רעכטע האנט אויף די אויגן בשעת די ציבור האט געליינט קריאת שמע על יד מטתו.


דער שר המצילים, העסקן הרב שמעון שישא, יושב ראש מרכז עזרא ויועץ, איז עוסק אין די מצוה רבה פון פדיון שבוים בשעת איכה דעם ליל תשעה באב אינעם בית המדרש קהל חסידים אין אחיסמוך.


המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א קלאגט אויפ'ן חורבן הבית שטייענדיג ביי די חומת ירושלים, סמוך ונראה צום שריד בית מקדשינו.


האדמו"ר מצאנז זמיגראד אין א לומדישע משא ומתן מיט מתפללי בית מדרשו אין אנטווערפן דעם תשעה באב נאכמיטאג, וואו מ'האט עוסק געווען בעניני דיומא איבער קדושת פירות ארץ ישראל נאכן חורבן בית המקדש.


האדמו"ר מספינקא ארומגענומען מיט חסידים דעם ליל תשעה באב בבית מדרשו אין ירושלים, וואו מ'האט פארברענגט מיט ניגוני גלות וצפיה לגאולה, מעורר צו זיין רחמי שמים אין דעם גרויסן טאג.


גאב"ד מאקאווא איז מתפלל ביים ציון פון אביו הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זי"ע אויפ'ן בית החיים אין קרית אתא, כמבואר בהלכה ארויסצוגיין אויפ'ן בית החיים אין טאג פון תשעה באב.


דער באקאנטער חזן ובעל מנגן ר' שלום לעמער מערקט "קרישקעס" בקודש פנימה ביי האדמו"ר מביאלא בית שמש, בעת דעם רבינ'ס באזוך פאריגע וואך אין ניו יארק.


הגה"צ רבי אלטר לייזער שליט"א, אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג, בן האדמו"ר מפשעווארסק ביים פארזאגן דעם פיוט "אז בחטאינו חרב מקדש" נאכן קינות תשעה באב. מיט זיין אייגנארטיגן נוסח און הארציגע קול מעורר.


האדמו"ר מסערט וויזניץ ווערט געזען ביי קידוש לבנה דעם מוצאי תשעה באב צווישן די אלפן בערג אין קריישנבערג, עסטרייך.


האדמו"ר מנדבורנה אלעד איז עולה לתורה דעם תשעה באב נאכמיטאג ביי מנחה אין די קרעסטא האטעל אין דאוואס, שווייץ, ווען אלס בעל קורא דינט הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א.


א קבוצה תלמידי ישיבת קדושת ציון ד'באבוב אין ארה"ק אנפירנדיג מיט די ניגוני התעוררות ביים סעודת הילולא פון הגה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל אין קרית באבוב אין בת ים.


דער ציון קודש פון הייליגן אריה"ק זי"ע אויפן בית החיים העתיק אין צפת ווערט איבערגעפארבט לכבוד די בעפארשטייענדע הילולא קדישא אין העל בלוי אזוי ווי עס איז מקובל פון מקובלים אין גליל.


זיס בילד ווי טייערע תשב"ר באגלייטן דעם אויטא או געזעגענען זיך שווערליך פון  האדמו"ר מפשעווארסק אויפ'ן וועג קיין דייטשלאנד וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע זומער וואכן אויף אפרו.


די ראשי העסקנים בחצר הקודש גור, חבר הכנסת הרב יצחק גאלדקנאפף און הרב יונתן בורנשטיין, מנכ"ל מוסדות גור, אין לעצטע באראטונגען צום גרויסן עצרת מחאה די וואך פארנט פון די מיליטערישע טורמע נומער 10, קעגן די גזירת הגיוס.


הרה"צ רבי מאיר ראזענבוים שליט"א ביים איבערגעבן א קוויטל פאר זיין ברודער האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה זייענדיג אויפן ציון הקדוש פונעם זיידן הרה"ק רבי מרדכי מנאדווערנא זי"ע אין בישטינא, אוקריינא.


נאסטאלגישע ווידעא פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים מיטהאלטן מלוה מלכה, אין די תש"ס יארן בצל אחיו הגדול האדמו"ר מלעלוב פון אמעריקע בבית מדרשו אין בני ברק.


האדמו"ר מסאטמאר שפאצירט אויף די רואיגע גאסן פון ניו העמפשיר, גייענדיג אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית.


האדמו"ר מביטשקוב איז פוקד ביים ציון הק' פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע וצאצאיו הקדושים אין שטאט סאדיגורא אין אוקריינא.


האדמו"ר מטריסק ביים איבערגעבן היסטארישע חפצי קודש וואס דער רבי האט בירושה פון זקינו דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע, צו ערצייגן ביים היסטארישן היכלות פארשטעלונג וואס וועט אפגעהאלטן ווערן דעם בין הזמנים אין עיה"ק ירושלים.


האדמו"ר מוויען ווערט געזעהן אויף א שפאציר מיט א תלמיד אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען אין לאק שעלדרעיק וואו דער רבי וויילט די יעצטיגער זומער וואכן אויף אפרוה.


אויסשליסליכע אינטערוויוס דורך די לעגענדארע משמשים בקודש פון די גדולי האדמורי"ם בדורינו וואס זיי האבן ערשיינט אין די פאפולערע "שריפט" מאגאזין ארויסגעגעבן דורך "די וואך", וואו זיי טיילן מיט ערשטהאנטיגע זכרונות און פערזענליכע איבערלעבענישן מן הקודש פנימה.


תלמידי חכמים מרבים שלום בעיר: הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש באשיינט אויפן פני המזרח אינאיינעם מיט אבד"ק סאטמאר ירושלים ביי א מסיבה לטובת מוסדות רמ"א בית שמש בבית הנגיד ר' שאול פערלמוטער הי"ו אין קרית יואל.


האדמו"ר מבאבוב לאזט טרערן ביים עלי' לציון הקדוש פון אביו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, זייענדיג מתיר בעד הכלל והפרט, בזכותו פונעם בעל הילולא.


האדמו"ר מתורת חכם באטראכט מיט הנאה אן אייגנארטיגע תפילין בייטל, באצירט מיט די קאלירן פון די עשר מדות על פי קבלה.


רבי מלך שיבוטא: האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ווערט געזען זאלצן די פיש לכבוד שבת אינעם הכנסת אורחים אין שטאט סיגעט אין רומעניע, זייענדיג אונטערוועגנס קיין בישטינא, אוקריינא.


אריבער הונדערט באסעס אויסגעשורה'ט לענגאויס דער גיגאנטישע פארקינג לאט פונעם מיליטערישן טורמע נומער 10, וואו רבבות חסידי גור זענען אין דעם אנהייב וואך ארויסגעקומען מוחה זיין קעגן די ארעסט פון א גור'ער בחור.


הגה"צ רבי משה האלפערין שליט"א, רב דקהל בית שמואל ראדאמישלא אין גאלדערס גרין, לאנדאן, ביי א פדיון שבוים אפיעל לטובת זיין איידעם, דער אסיר ציון הרב אברהם צבי שמערלער, מחשובי חסידי צאנז אין לאנדאן, וועלכער איז ארעסטירט געווארן דורך די מיליטערישע פאליציי זייענדיג אין ארץ ישראל. זיין ארעסט האט, ווי באקאנט, צוגעפירט צום עצרת מחאה אדירה דורך אלפי חסידי צאנז פארנט פונעם טורמע, אין שפיץ פון האדמו"ר מצאנז.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה מיט א גרופע חסידים ווערט באמערקט פארן אויף די גאסן פון שטעטל קרעטשניף אין רומעניע אויף א פערד און וואגן, אזויווי די אמאליגע חסידים זענען געפארן.



בפשוט ידים ורגלים: שיין בילד פון האדמו"ר ממעזיבוז ביים השתטחות אויפן ציון הק' פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אין ליזענסק, איינרייסנדיג לישועתן של ישראל.


האדמו"רים מניקלשבורג בארא פארק און שפיטיווקא אין א באגעגעניש אין כלל ישראל'ס שול אין וואודבורן אין די קעטסקילס.


הגאון רבי ישראל בונם שרייבער שליט"א, לרפואה שלימה, ראש ישיבת נתיב הדעת, טרעט אויף מיט א שיחת חיזוק לרגל סיום הזמן אין די גרויסע ישיבה עטרת שלמה אין ראשון לציון.


הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א, האדמו"ר מתורת חכם, ביי תפילת שחרית אינעם היסטארישן בית הכנסת פונעם הייליגן בית יוסף זי"ע אין שטאט צפת, ביומא דהילולא קדישא פונעם אר"י הקדוש זי"ע.


הגה"צ ר' ישכר דוב טויב שליט"א, אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג, בסוד שיח מיט הגה"צ ר' יצחק משה ערלאנגער שליט"א, אינעם חצר פון זיין אכסניא אין די וואודבערי דזשאנקשאן געגנט בגלילות קרית יואל, וואו דער משפיע וויילט די יעצטיגע זומער וואכן אויף אפרוה.


די תלמידים פון די ישיבה קטנה אין מאסקווע, רוסלאנד, ערהאלטן ברכת הקודש פון האדמו"ר מבאבוב-45, נאכ'ן זיך פארהערן ביים רבי'ן אויף מסכת שבת און בבא בתרא.


האדמו"ר מבאבוב, אין א ליבליכע שמועס מיט בנו הגדול הרה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בעת די סעודת הילולא פון אביו הרה"ק מבאבוב זי"ע דעם ראש חודש אב.


די שיירה פון האדמו"ר מגור, אנקומענדיג צום מיליטערישע טורמע נומער 10, וואו דער רבי האט זיך משתתף געווען בראש המוחים ביים גרויסן עצרת מחאה קעגן די ביטערע גזירת הגיוס.


א פייער האט די וואך אויסגעבראכן ביים ציון פון הרה"ק רבי מאיר מקרעטשניף זי"ע אין שטעטל קרעטשניף אין רומעניע. בחסדי שמים איז די פייער פארלאשן געווארן באצייטנס אן קיין ערנסטע שאדן.


דער חבר הכנסת, העסקן הרב יצחק גאלדקנאפף, בארואיגט די געמיטער ביים גרויסן דעמאנסטראציע דורך אלפי חסידי גור פארנט פון די מיליטערישע טורמע די וואך.


הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א, רב פון מגדל העמק און מגדולי מחזירי התשובה בדורינו, ווערט געזען מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן ריבניצער רבי'ן זי"ע אין מאנסי.


האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא איז זיך משתתף ביים גרויסן עצרת מחאה דעם אנהייב וואך דורך אלפי חסידי גור, פארנט פון דער מיליטערישער טורמע אין בית ליד, נאכדעם וואס איינע פון די אסירי ציון וואס שמאכטן ליידער אין טורמע איז א תלמיד אין די מאחנובקא בעלזא ישיבה.


האדמו"ר מנדבורנא אלעד ווערט געזען אויף א שפאציר בנאות דשא אינעם קור שטעטל דאוואס אין שווייץ.



דער בארימטער עסקן הרב יונתן שווארץ הי"ו טרעט אויף ביי א ספעציעלע מלוה מלכה פאר די עלטערע בחורים חסידי בעלזא, צוגעשטעלט דורך די נייע "תעצומות" מסגרת.


 האדמו"ר מבאבוב איז מנדב דעם נר למאור פון בית המדרש הגדול באבוב אין בארא פארק לכבוד די הילולא קדישא פון אביו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע.


סיום משניות אין אלטן טשערנאבילער בית המדרש אויף ראב"ד אין בני ברק, געלערנט געווארן דורך הני צרי צנתרי דדהבא, הרה"ח ר' דוד שענבערג און הרה"ח ישראל גערבער, מחשובי חסידי טשערנאביל, בהשתתפות הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי שליט"א, אב"ד טשערנאביל אלעד.


תגובות


bottom of page