קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני כמה שניות
- זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש
האדמו"ר מאלכסנדר ווערט געזען אין ביהמ"ד שומרי שבת אין בארא פארק ביי איינע פון די מניני מעריב כאחד מן השורה.

צוליב די שווערע היצן אין שטאט אנטווערפן, איז דעם שבת אפגערופן געווארן דער וועכנטליכער פרקי אבות שיעור דורכן מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א.

איבערבליק פונעם גייסטרייכן שבת אין אטוואצק, פוילן, מיוחד פאר א גרעסערע קבוצה חסידי גור, תומכי איחוד מוסדות גור.
אן אינטערעסאנטע שאלה איז אנגעקומען צום דיין הגאון רבי דוד בריזל שליט"א, מרבני ק"ק קארלין-סטאלין, איבער דער הגרלה דורך מוסדות קארלין סטאלין פאר א טיקעט צום יארצייט פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע, אויב דער געווינער קען נישט ארויספארן פון לאנד צוליב די גזירת הגיוס. דער דיין האט גע'פסק'נט אז אין אזא פאל קען דער געווינער אדער האלטן דעם בילעט פאר א שפעטערדיגע געלעגנהייט, אדער באקומען די ווערט פונעם בילעט אין קעש געלט.

אייקאניש בילד ווי האדמו"ר מלייפניק שליסט זיך אן אינעם קאפעליע ביי א משפחה שמחה די וואך, מיט זיין אייגנארטיגע עבודה פון שמחת חתן וכלה.

האדמו"ר מסערדאהעלי איז עוסק בתורה אויף א באנק אין גרויסן באבובער ביהמ"ד אין בארא פארק ווארטנדיג אויף א ברית וואו דער רבי איז געווען מוהל.

די צוויי שלוחי דרבנן, הרב מאיר פרוש און הרב יצחק גאלדקנאפף, ביים מיטהאלטן דעם עצרת לימוד "זעקת התורה" וואס איז אפגעהאלטן געווארן די וואך דורך עדת חסידי וויזניץ פארנט פון די אטורני דזשענעראל ביורא אין ירושלים.


דער באקאנטער חרדי'שער זשורנאליסט, ר' אריה ערליך, רעדאקטאר פון דעם "משפחה" מאגאזין, מערקט "קרישקעס" צווישן די טויזנטער מתפללים ביים ציון הקדוש פון דעם הייליגן אור החיים זי"ע ביומא דהילולא דעם תמוז.

האדמו"ר מבלאזוב-ריבאטיטש מערקט "קרישקעס" צווישן די טויזנטער מתפללים ביים ציון הק' פון דעם אור החיים הק' זי''ע ביום ההילולא די וואך.

הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א אבד"ק ישמח משה קרית יואל, חדב"ן האדמו"ר מסאטמאר, אויף א באזוך אין די אפיסעס פון מרכז עזרה ויעוץ סניף בני ברק בעת זיין לעצטיגן באזוך אין ארץ ישראל.

הכרזת קודש דורך הרב חיים יונה ווייס, משב"ק האדמו"ר מבאבוב-45, ביים מעמד חלוקת פרסים פאר די עלטערע כתות אין תלמוד תורה באבוב-45, פארגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד דחסידי באבוב-45 אין בארא פארק.

גאב"ד יאוואזשנא ווערט באמערקט עוסק זיין בתורה אונטער'ן שאטן פון די ביימער און פרישע לופט אין מעיפל-וואד קאנטרי וואו דער רב וויילט בשכינות מיט די תלמידי ישיבת יאוואזשנא.

האדמו"ר מצאנז באגלייט בראש המלווים ביי די לוויה פונעם בעל מקובל הגה''צ רבי עמוס גואטה זצ"ל, וועלכער איז נעכטן דערשטאכן געווארן צום טויט רח"ל אין זיין ישיבה אין נתניה.

האדמו"ר מבאבוב-45 איז זיך מפלפל מיט די תלמידי מתיבתא נאכ'ן איבערגעבן א שיעור און דברי פרידה פאר די בחורים איידערן זיך ארויסלאזן צו די קאנטרי'ס.

אייגנארטיגע מצוה טאנץ ביים הארנסטייפלער חתונה די וואך אין ביתר, וואו א געשוויסטער פון די כלה איז געטאנצן מצוה טאנץ כזקן ורגיל, אנגעטאן מיט א שטריימל אויפן קאפ.
האדמו"ר מזוועהיל ירושלים ווערט געזען פאררייכערן א ציגאר ביי די חתונה פון אן אייניקל פארלאפענע וואך אין שטאט ביתר.

הרב יוסף חיים פרץ, איידעם פון האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א, בקודש פנימה ביי גאב"ד מאקאווא, איינצולאדענען דעם רב צו די חתונה פון בנו החתן וואס איז פארגעקומען די וואך.

די ווייטאגליכע סצענע ביים מעמד הקבורה נאך די לויה פונעם בעל מקובל הגה''צ רבי עמוס גואטה זצ"ל, וועלכער איז נעכטן דערשטאכן געווארן צום טויט אין זיין ישיבה אין נתניה.
האדמו"ר מהארנסטייפל אין א פייערדיגן ריקוד מיט אן אייניקל ביי די חתונה ביים גרויסן הארנסטייפלער חתונה די וואך אין שטאט ביתר.

הרב יונתן בארנשטיין, מנכ"ל איחוד מוסדות גור, טרעט אויף ביים גייסטרייכן מלוה מלכה נאכן עלעגאנטן "שבת אטוואצק" פאר נגידי ותומכי איחוד מוסדות גור אין פוילן.

האחים האדמו"רים מנדבורנה ירושלים און נדבורנה אלעד אין א ברידערליכן שמועס ביי א משפחה שמחה די וואך.

הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער, חבר בד"ץ העדה החרדית, איז מכובד מיט הגבהת הכוס צום בענטשן נאכן מטהאלטן שלש סעודות בעידן רעוא דרעוין בצל האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל.

דער חרדי'שער זשורנאליסט ר' ישראל כהן אין א שמועס מיטן ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א ביי א שמחה די וואך במעונו פון רב שליט"א.

די קאמארנא מקוה געשעפט אין שטאט בית שמש שטעלט פאר ספעציעלע הנחות פאר עריקים וועלכע האבן זיך ארויסגעדרייט פון דינען אינעם ציוניסטישן מיליטער.

הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, ראש ישיבת סלאבאדקא, איז מחזק די חשוב'ע ראשי הקהילה פון קאראקאס, ווענעזועלע, נאך די שרעקליכע דאפלטע ערדציטערנישן וואס האבן באטראפן ווענעזועלע ענדע פארגאנגענע וואך און האט ליידער געקאסט עטליכע אידישע נפשות.
הנהלת ישיבת מיר רופט אפ די געפלאנטע עצרת מחאה וואס האט געזאלט פארקומען דעם זונטאג נאך די ארעסט פון א תלמיד הישיבה, נאך וואס דער בחור איז באפרייט געווארן פרייטאג צונאכטס פון תפיסה.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים אפראכטן א מסיבת לחיים נאכן הנחת תפילין פאר א בחור בר מצוה, א זון פונעם באקאנטן איש המעש ר' רפאל וואהל, דער קאפ שטיק אונטער די חרדי'שע און חסידישע עקספאס אין ארץ ישראל.

הרה"צ המשפיע ר' נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב איז מקיים שמחת חתן כדרכו בקודש ביי א משפחה שמחה פארגאנגענע וואך.

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ווערט געזען פאררייכערן א ציגאר כמנהג אבותיו בעת די חתונה פון אן אייניקל די וואך.

כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א פארברענגט ליבליך מיט איינע פון די יתומים, א זון פון הרה"צ ר' חיים דוב האלפרין זצ"ל, זון פון האדמו"ר מוואסלוי און איידעם ביי האדמו"ר מבוהוש.

הרב ישראל אברהם ברייאר, איינציגער ברודער פון האדמו"ר מבאיאן, איז מנחם אבל ביי די קינדער פון הרה"צ ר' חיים דוב האלפרין זצ"ל, זון פון האדמו"ר מוואסלוי און איידעם ביי האדמו"ר מבוהוש.

הגה"צ ר' יחזקאל שרגא הורוויץ שליט"א, דומ"ץ ספינקא, זון פון האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא, ביים דורכגיין לברך ולהתברך ביי די מסיבת קבלת פנים און מעמד "בית צדיקים יעמוד" לכבודו פון האדמו"ר מספינקא בני ברק, פארגעקומען אין שטאט וויליאמסבורג.

הרב שמעון וואלף קליין, משב"ק האדמו"ר מבעלזא, מערקט "קרישקעס" בנאות דשא צווישן די אלפן בערג אין שווייץ.

בחורי חסידי צאנז באלאגערן דעם אוהל הקדוש פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע אויפ'ן בית החיים וותיקים אין נתניה, ביים מיטהאלטן די עליה לציון דורך בנו ממלא מקומו האדמו"ר מצאנז.

די העפטיגע הכנות דורך די בארימטע YF פראדאקשאנס צום גרויסן מעמד "יומא טבא" דורך קהלה קדושה סאטמאר מאנסי לרגל סיום חצי ש"ס במסגרת הלימוד "אהבתי תורתך", אין א פראכטפולע האטעל אין איסט ראטערפארד, ניו דזשערסי.
האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין א ריקוד נאכן יארצייט טיש פון זקינו הרה"ק רבי דוד מראחמיסטריווקא זי"ע, אנגעכאפט מיט האדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש וועלכער האט זיך משתתף געווען ביים טיש זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל.

האדמו"ר מליסקא ביים מיטהאלטן פון דער נאנט די אנגייענדע בוי ארבעט ביים נייעם בית המדרש הגדול דחסידי ליסקא אין בארא פארק, וואס איז אין די טעג אריין אין פולן שוואונג.
כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם אין א שפאציר מיט מקורבו הרה"ג רבי ישראל אבערבוך שליט"א, וויילנדיג אויף אפרו אין אתרא קדישא מירון.

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים אנוואונטשן די קינדערלעך פון הרה"צ רבי יוסף מאיר כהנא, כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא בית שמש שליט"א.

די תלמידים פון די בעלזא ישיבה אין בארא פארק אויף א באזוך די וואך בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל.

הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א באגלייט ארויס הרב חיים מאיר רוקח, נכד האדמו"ר מבעלזא, נאך א באזוך די וואך במעונו.

הרה"צ רבי מענדל האגער שליט"א, בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, מערקט קישקעס צווישן די פילע מתפללים וועלכע האבן אין די טעג אנגעהויבן באלאגערן "כלל ישראל'ס שול" אין וואודבורן בנשיאות האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק.

"יבטל כל הגזירות" פונעם באקאנטן משפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ווערט געזינגען אויפן ספרדישן שניט, ביים שמחת החתונה במעונו פון האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א אין כפר סבא.
אוהלה של תורה: פילע טענטס ווערן אויפגעשטעלט אין פילע קעמפס און קאנטריס דורך דער "רענטעסטיק" פירמע צו דינען אלס מקום תורה ותפילה במשך די זומער טעג.


טעימה קלה פונעם אייגנארטיגן עצרת זעקת התורה, אפגעהאלטן געווארן דורך קהילה קדושה וויזניץ פארנט פון די אטורני דזשענעראל ביורא אין ירושלים, אלס מחאה קעגן די רשעי הציונים וואס זענען ארויס אין א מלחמה קעגן די תורה הקדושה ולומדיה.
הגאון הצדיק רבי סיני האלבערשטאם שליט"א, גאב"ד צאנז שיכון ג', אין א פייערדיגן ריקוד מיט נכדו החתן טפחיים על גבי הקרקע.
דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א אין זיין פייערדיגן אויפטריט ביים עצרת מחאה קעגן די גזירת הגיוס אין בני ברק, שטעלט פאר די ביטערע פאקט אז 95 פראצענט פון די אסירי ציון זענען בני עדות המזרח, צוגעבנדיג אז מיר געפינען זיך ליידער אין א ראסיסטישע מדינה.
אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק מערקט "קרישקעס" הרה"ח ר' יואל שפיטצער, משב"ק האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא, ביים באגלייטן זיין בחור אין קעמפ.

אן אינטערעסאנטע ערשיינונג אין קראון הייטס, וואו א גוי ווערט געזען קונצליך אראפמאלן די צורות פון אדמו"רי בית ליובאוויטש אויף א געביידע אין שטאט.

א ספעציעלע מודעה ובקשה איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך די פאפולערע "רוממו" קאפעליע בשליחותו פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה, מיט א רוף צום ציבור זיך אפצוהאלטן פון הערן און פארשפרייטן דעם נייעם אלבום "הוד שבהוד" במשך די ימי בין המצרים.

ספעציעלע פאנעל ביים מעמד "דרדקי" לטובת מוסדות פאפא מאנסי, אינאיינעם מיט די ראשי מערכת החינוך אין די מוסדות, אנגעפירט דורכ'ן אלעמען באקאנטן הרב יצחק שלמה דרעזנער.

האדמו"ר מפיטסבורג ווערט געזען בנאות דשא אין שווייץ, שפאצירנדיג אינאיינעם מיט האדמו"ר מספינקא בית שמש, וקווי השם יחליפו כח.

הרב זעליג קארניצער, מנאמני ביתו פון האדמו"ר מוויזניץ, האט "קרישקעס" די וואך באמערקט באגלייטן האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן אויף א חופה אין די שטאט לאנדאן.

האדמו"ר מסאדיגורא איז מפקח אויף די כשרות אינעם האטעל במקום הנופש אין עסטרייך ווי דער רבי וויילט די טעג אויף אפרוה. דער רבי שליט"א ווערט געזען אין א שמועס מיט הרב מיכאל שארף, יושב ראש וועד הכשרות דקהל מחזיקי הדת אנטווערפן וועלכע גיבט די השגחה אינעם האטעל.

האדמו"ר מטעמישוואר, מערקט "קרישקעס" ביים אריינכאפן א מעריב די וואך אין בית המדרש שומרי שבת אין בארא פארק.

אינטערעסאנטע ערשיינונג ביים שמחת החתונה בחצר הקודש שבט הלוי, ווען האדמו"ר משבט הלוי האט געבעטן די גבאים דעם נייעם ספר שאלות ותשובות "ידות הלוי" חלק ו', און דערין אריינגעשריבן א הקדשה בכתב ידו, איידערן איבערגעבן דעם ספר במתנה פאר'ן מאקאווא רב שליט"א.

"זומער שידוכים קאמפיין" געלאזט אין גאנג אין קהילה קדושה עדת יראים וויען, צו מחזק זיין דער ענין פון שידוכים בפרט אין די זומער וואכן ווען עס מאכט זיך פרייע צייט זיך אפצוגעבן מיט אנדערע ענינים וואס מ'קומט נישט אן דורכ'ן יאר.

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן באגריסט מורו ורבו הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א, ראש ישיבת געיטסהעד, ביי א שמחה די וואך אין לאנדאן.

די לעצטע הכנות ביים נייעם אויפגעבויעטן מקום תפילה ארום דעם ציון הקדוש פון הרה''ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישאן זי"ע אויפ'ן בית החיים אין ניו דזשערזי, לקראת די פופציגסטע יארצייט וואס געפאלט אויס קומענדיגע וואך מאנטאג, כ"א תמוז.
הרה"ח ר' משה פריעדמאן, משב"ק האדמו"ר מסאטמאר, ווערט געזען ביי א שמחה די וואך אין א שמועס מיט הרה"ח ר' יעקב שווארטץ, משמש בקודש ביי הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א, האדמו"ר מתורת חכם.

א דאנק בריוו מטעם הנהלת קהילה קדושה פני מנחם פארן מעיאר פון ירושלים, משה ליאון, און זיין געהילף, העסקן הרב אליעזר ראוכבערגער, יו"ר דגל התורה אין ירושלים, וועלכע האבן באוויזן צו באשטעטיגן א שטח אדיר אין הארץ פון ירושלים פארן נייעם בית המדרש הגדול דקהל פני מנחם בנשיאות הגאון ר' שאול אלתר שליט"א.

העסקן הרב יהושע וויינבערגער הי"ו ווערט געזעהן בקודש פנימה ביי מורו ורבו האדמו"ר מבעלזא די וואך.

א ברכת מזל טוב פארן וויזניצער בעל מנגן ר' שיעלע ראטה לרגל שמחת הולדת בנו למזל טוב. אינעם בילד: האדמו"ר ממעזיבוז איז זיך משתתף ביי די שמחת הברית אין ביהמ"ד מרכז חסידי וויזניץ אין אשדוד.


