קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני כמה שניות
- זמן קריאה 9 דקות

דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש
דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז מעיין אין דעם קונטרס "איש על העדה", וואס איז ערשינען לכבוד הילולא קדישא פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה, אהיימפארנדיג פון דער יארצייט סעודה היינטיגן ליל שישי. (קרעדיט: יחיאל רייכמאן)

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים בענטשן דעם קליינעם יתומ'ל, זון פון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, וואס איז טראגיש אומגעקומען אין א קאר עקסידענט אין קעשינוב, מאלדאווע, נאכן מנחם אבל זיין ביי די צעבראכענע משפחה.
האדמו"ר מתולדות אהרן ביים אנצינדן דעם נר תמיד ביים ציון הק' אין קערעסטיר די וואך ערב ראש חודש אב.
קידוש השם און ברידערליכע אחדות אין די קעטסקילס, ווען מחנה בעלזא עפנט ברייט אירע טירן פאר די הונדערטער קינדער פון מחנה באבוב 45 זיך צו גרייטן לכבוד שבת קודש אין די הייסע זומער טעג

דער באקאנטער שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד שליט"א באזוכט אין די אכסניא פון הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א, בן האדמו"ר מסקווירא, וואס האט געפראוועט דעם שבת אין מודיעין עילית, אינאיינעם מיט חסידי סקווירא תושבי בני ברק.

שיכון משה פריעדמאן משב"ק, משה גבאי דרייוו, ווערט פאראייביגט נאך די מולטי מיליאן דאלער'דיגע נדבה פאר מוסדות סאטמאר אין קרית יואל דורך בנו הנגיד ר' ליפא פריעדמאן, וועלכער האט זוכה געווען אפצוקויפן דעם זכות נצחי פונעם גאנצן מולטי אקער לאנד שטח המוסדות אויף לארקין דרייוו אין קרית יואל.

הרבני החסיד ר' מיכל גריענפעלד הי"ו פון בארא פארק איז משמש רבו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אויף א שפאציר צווישן די וועלדער אינעם מקום הנופש אין הר יונה.

האדמו"ר מזוועהיל פון אמעריקע ווערט געזען אין א שמועס מיט הרב דוד אמתי ראש ישיבת אבינועם, אינעם ישוב אביתר, וואו מ'האט דיסקוסירט די ביטערע מצב מיט'ן גזירת הגיוס בארצינו הקדושה.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה, אויף א שפאציר אינאיינעם מיט אחיו הרה"צ רבי מאיר ראזענבוים שליט"א, צווישן די פעלדער און וועלדער אין אונגארן וויילנדיג אויף א נסיעה צו די קברי אבות די וואך.

האדמו"ר ממעזיביז איז זיך משתטח בפישוט ידים ורגלים ביים ציון הקדוש פונעם זיידן הרה"ק ר' סענדר'ל פון קאמארנא זי"ע, אינעם אוהל הקדוש פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע אין אוהעל.
דער בארימטער בעל מנגן הרב ישראל אדלער לייגט אראפ א חזנ'ישע הבדלה אין איינע פון די האטעלן אויף די אלפן בערג אין עסטרייך.
אין די טעג איז די געשפרעך פון טאג בחצר הקודש תולדות אהרן די אומגלויבליכע ישועות וואס א צאל בחורי חמד זענען ניצול געווארן פונעם צבא השמד א דאנק די קאצקע צוקערלעך סגולה וואס האדמו"ר מתולדות אהרן האט פארטיילט ביי מלוה מלכה מיט עטליכע וואכן צוריק אין שטאט קערעסטיר פאר בחורים וואס זענען פארפלאנטערט מיט'ן גזירת הגיוס.

א שיין בילד פון הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל האלבערשטאם שליט"א, בן האדמו"ר מבאבוב, ביים סעודת הילולא די וואך דורך די קהלה קדושה באבוב אין ארץ ישראל לכבוד די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע.

האדמו"ר מזוועהיל באזוכט אין שטוב פון הרה"צ ר' פנחס שפירא שליט"א, רב חסידי סאדיגורא אין תל אביב, איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעל עקבי אבירים, ביי א באזוך במעונו. אין ציריך, שווייץ.

האדמו"ר מוויזניץ באזוכט אין די אכסניא פון הגאון רבי אשר ווייס שליט"א, גאב"ד דרכי תורה, אינעם האטעל אין מאלויע, שווייץ, וואו דער רבי שליט"א וויילט דורכאויס די זומער אויף אפרוה.

האמת והשלום אהבו: ביים עלי' לציון פון הרבנית הצדקת משומרי אמונים ע"ה, מערקט "קרישקעס" האדמו"ר משומרי אמונים ירושלים און זיין פלומעניק הגה"צ ראש ישיבת שומרי אמונים שליט"א, ביים מתפלל אינאיינעם אויפן ציון במרומי הר הזיתים.

האדמו"ר מזידיטשוב ווערעצקי און זיין שוואגער הרה"צ ר' זלמן לייב ראזענבוים שליט"א אב"ד קרעטשני, בראכפעלד אויפן פליגער אונטערוועגנס קיין בישטינא אוקריינע.

הרבני הנגיד בנש"ק הרב יוחנן טווערסקי שליט"א מערקט "קרישקעס" אויף א שפאציר מיט רבו האדמו"ר מראחמיסטריווקא צווישן די קעטסקיל בערג.

הרה"צ רבי נחמי' אלתר שליט"א, בן האדמו"ר מגור, ביים אויפנעמען די נגידים ותומכים פון איחוד מוסדות גור במעון הקודש פון צדיקי בית גור, נאכן פראווענען א געהויבענעם שבת אינעם הויף אין עיר האבות גור אינאיינעם מיט די נגידים.
הדמו"ר מסאדיגורא ווערט באמערקט אינעם קאך פון די קעמפינסקי האטעל אין עסטרייך, וואו דער רבי האט זיך הערצליך באדאנקט פארן שטאב ביים פארלאזן די האטעל נאכן פארברענגען דארט די לעצטע צוויי וואכן למנוחת הנפש.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט ביים פאררייכערן א ציגאר נאך הבדלה דעם מוצאי שבת אין אנטווערפן.

דער ינוקא, הגאון האדיר רבי שלמה יהודה שליט"א, ביים מחזק זיין הנגיד רבי שמואל האלפערין אין זיין איניציאטיוו צו פארשפרייטן דעם דף היומי משניות לויטן סדר ששה סדרי משנה.
הרב חיים מאיר רוקח, נכד האדמו"ר מבעלזא, ביים מיטהאלטן דעם טעגליכן שיעור דורך הרה"ג רבי שלום גרינפעלד שליט"א, דומ"ץ אלכסנדר אנטווערפן, ביי זיין באזוך פאריגע וואך אין דער בעלזער קהילה אין אנטווערפן.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי איז זיך משתתף ביים שמחת הוואך נאכט פון אן אייניקל ביי זיין פעטער האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי.

דער פראכטפולער ש"ס וואס הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א האט געשאנקען פאר'ן בר מצוה בחור, נכד האדמו"ר מפשעווארסק, א זון פון ידידו ורעו הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א.

האחים האדמו"רים מאונגוואר אויף א שפאציר די וואך ברחובות קרית אונגוואר אין דער רמות געגנט אין ירושלים.

האדמו"רים מקרעטשניף כפר עטה און מעזיבוז כאפן אריין א לחיים ערב די ניין טעג, רייזנדיג אינאיינעם צו די קברי אבות אין אייראפע, וואו די אדמו"רים וועלן פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם זיידן הרה"ק ר' מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די ימים המסוגלים פון די ניין טעג.

דער אינזל ניואע (Niue) נעבן ניו זילאנד האט ערצייגט א ספעציעלע רעגירונגס-מטבע לכבוד דעם 75סטן יאר זינט דער ליובאוויטשער רבי האט איבערגענומען די כתר ההנהגה, מיט זיין געשטאלט דערויף. דאס איז די ערשטע לעגאלע וואלוטע אין די וועלט וואס טראגט דעם בילד פונעם ליובאוויטשער רבי'ן. פאר'ן גיסן האט מען אריינגעמישט אינעווייניג אן אמת'ן "דיים" צענט וואס דער רבי אליין האט אמאל געגעבן פאר צדקה, און די רעגירונג האט פראדוצירט בלויז א ספעציפישע קליינע צאל פון 5,786 שטיק.

די בארימטע 'קיוב פראדאקשאן' טיעם, אנגעפירט דורך ר' יעקב ארי' שפירא הי"ו, ביים אנגרייטן די שטח ארום ציוני אדמור"י באבוב אין בעפארגרייטונג צום יארצייט פון הרה"ק מבאבוב זי"ע ביום ר"ח אב. די טענטס און נאך פולע צוגעהערן זענען צוגעשטעלט געווארן דורך די בארימטע רענטעסטיק רענטאל פירמע.

האדמו"ר מישועת יעקב סקולען מערקט "קרישקעס" ביים ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין קרית יואל, אין טאג פונעם הילולא קדישא פונעם ראש השלשלת דער הייליגער ישמח משה זי"ע.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט אויף א באזוך אין שטוב פון מקורבו הרה"ח ר' ברוך יצחק דאוויד הי"ו, יד ימינו פון אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין שטאט אנטווערפן.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק באטראכט די דורון דרשה, די טאשן זייגער וואס דער רבי האט געשאנקען פאר אן אייניקל א חתן ביים שמחת התנאים די וואך.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי מערקט "קרישקעס" ביי תפילת מעריב אינעם מנין פון האדמו"ר מטשערנאביל בבית מדרשו אין בארא פארק.

האדמו"ר מגור איז מנחם אבל ביי די קינדער פונעם אדוואקאט ר' אברהם ישעי' גן צבי ז"ל, היושבים בעמק הבכא נאך די פטירה פון זייער פאטער, וואס איז געווען א נאנטער מקורב ביי הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע.

הגאון רבי חיים עוזר שטערנבוך ראש הכוללים "תשובות והנהגות", זון פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א, באזוכט די וואך ביי הנגיד החסיד רבי שמואל ישעי' פריעדמאן, מחשובי חסידי סאטמאר ומגדולי תומכי הכוללים.

מציץ מן החרכים: בחורי חמד פון די סאטמארער מתיבתא אין קרית יואל, וועלכע זענען אנגעקומען מיטהאלטן א שבת במקום הנופש פון האדמו"ר מסאטמאר אין ניו העמפשיר, קוקן זיך צו מיט שפאנונג ווי דער רבי שליט"א קומט אן צו זיין אכסניא נאך א לענגערע שפאציר אונטער די פרישע לופט.

האדמו"ר מזוועהיל פון אמעריקע אויף א באזוך במעונו פון זיין פעטער, דער זקן ראשי הישיבות הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, זייענדיג צו גאסט פאריגע וואך אין ארץ ישראל.

שיין בילד פון האדמו"ר ממבקשי אמונה פארטיפט אין זיינע שיעורים, וויילנדיג אויף דאטשע אינעם קור שטעטל דאוואס, שווייץ.

האדמו"ר מסקולען לעיקוואוד ביים אנגעוואונטשן הנגיד החסיד ר' טוביה ראזענבערג, ראש הקהל צאנז קלויזענבורג לעיקוואוד, ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל די וואך.

דער בעל מנגן ר' שרולי גרין בקודש פנימה ביי רבו האדמו"ר מסקווירא, נאך א תפילין לייגן די וואך ביים רבי'ן אין סקווערער שטעטל.

דער ראש המצילים, הרב שמעון שושא שליט"א, יושב ראש מרכז עזרה ויעוץ, בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסקולען ירושלים, צו באהאנדלען די השתדלות'ן פאר א היימישן יונגערמאן מאנשי שלומו, וועלכער איז ארעסטירט געווארן דורך די מיליטערישע פאליציי.

הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א שיקט דורך 'קרן ויואל משה' א הערליכע מתנה מיט א הארציגע באגריסונג פאר די פרויען פון די אסירי ציון זיי צו ערמוטיגן און מחזק זיין אריבערגייענדיג דער שווערער תקופה ווען זייערע מענער שמאכטן אין די ציוניסטישע טורמעס.


פארשריט ביי די בוי-ארבעט פון די מעכטיגע יסודות פונ'ם נייעם בנין הכנסת אורחים אין ראדאמסק פוילן, הארט נעבן דעם ציון הק' פון הרב הקדוש בעל תפארת שלמה מראדאמסק זי"ע, נדבת לבו פונעם נגיד המרומם ר' יואל לאנדא שליט"א.

הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים משב"ק האדמו"ר מסאטמאר ומוציא לאור ספרי ישמח משה איז מתפלל ביים ציון הק' פון זקינו הק' מרן בעל ישמח משה זי"ע אין איהעל, ביומא דהילולא קדישא כ"ח תמוז.

דער לעגענדארער מנכ"ל מוסדות ראחמיסטריווקא הרה"ח ר' משה יושע קרעמער הי"ו ווערט באמערקט טיילן עסן פאר די קינדער אינעם עס-זאל פון דער הערליכער מחנה אהל יוחנן ראחמיסטריווקא אין גרינפעלד פארק.

האדמו"ר מקאסאן איז מתפלל ביים ציון הק' פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, אויפן בית החיים אין ניו דזשערסי ערב דהילולא קדישא די וואך.

הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א איז מכשיר דער עירוב אין מחנה מבצר התורה תולדות יהודה, אינאיינעם מיט זיין שוואגער הרה"צ רבי יששכר דוב כ"ץ שליט"א, זון פון האדמו"ר מסערדאהעלי.

האדמו"ר מביאלא-בית שמש, אין א באגעגעניש מיט הגאון רבי שלום בער סורוצקין, ראש ישיבת עטרת שלמה, אין מיאמי, פלארידע.

בנש"ק הרה"ג ר' יעקב ישראל דייטש שליט"א, ראש מרכז תורה והוראה יד הרמ"ה, מערקט "קרישקעס" די וואך בקודש פנימה ביי האדמו"ר הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם.

המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז מנחם אבל ביי הגאון רבי אשר אריאלי שליט"א, מגדולי מרביצי התורה בדורנו, נאך די פטירה פון א שוועסטער.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביים אראפשרייבן חידושי תורה, זייענדיג על אם הדרך ביי די נסיעה די וואך צו די מקומות הקדושים אין אייראפע.

הגה"צ המשפיע רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א ווערט געזען עוסק זיין בתורה אונטער די פרישע לופט אין די וואודבארי דזשאנקשאן געגנט בגלילות קרית יואל.

העסקן הרב משה יהושע קרעמער, מנכ"ל מוסדות ראחמיסטריווקא, באגריסט הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א אין די ביהמ"ד פון די נייע ראחמיסטריווקא קעמפ.

האדמו"ר מוויזניץ פארברענגט אויף די בערג אין מאלויע, שווייץ, מיט א קבוצה גערער חסידים, און צווישן זיי העסקן ר' אליהו חסיד הי"ו.

ביי א רעגלמעסיגן לחיים נאכ'ן דאווענען אין די קרעסטא האטעל אינעם קור ארט דאוואס, שווייץ, באמערקט "קרישקעס" ארום דעם טיש, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, הרה"ח ר' שמעון וואלף קליין, משב"ק האדמו"ר מבעלזא, הרה"צ רבי שמעון שמואל האלבערשטאם, אב"ד דברי משה ירושלים, און הרב דוד וואהל ראש הקהל מחזיקי הדת אנטווערפן ומחשובי חסידי פשעווארסק.

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז זיך משתטח ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן חזון איש זי"ע, אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש.

תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר ביים איבערגעבן תשובות פאר האדמו"ר מסאטמאר צו פארענטפערן דעם רבי'נס קשיא וואס ער האט איבערגעלאזט אין די מתיבתא איידערן אפרייזן קיין ניו העמפשיר אויף אפרוה.

די מתפללים ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי שלמה קארלינער זי"ע אין שטאט לודמיר טוען זיך אויס די שיך איידערן אריינטרעטן אינעם אהל הק', ווי ס'איז געווען דער מנהג מקדמת דנא מחמת גודל קדושת המקום.

דמעות על אדם כשר: "קרישקעס" באמערקט הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א מוריד דמעות זיין ביי די לוי' פון הגאון הגדול רבי מרדכי בעק זצ"ל, לאנג-יעריגער מרביץ תורה וראש ישיבה תפארת משה במאנסי, ביים בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל, וואו דער ראש הישיבה איז געקומען לקבורה.

א קבוצה בחורים, תלמידים פון די באבובער ישיבה עץ חיים אין בני ברק, באזוכן ביי האדמו"ר מנאראל צו הערן עובדות און זכרונות פון זיין נאנטן שייכות מיט'ן בעל הילולא הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, אין די טעג ארום די יארצייט ראש חודש אב.

רירנדע סצענע ווי האדמו"ר ממעזיביז זאגט דעם קדיש יתום אינאיינעם מיט זיין זון, נאכ'ן עליה לציון הקדוש פון זקינו הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין בישטינא.
קינדער אין בני ברק נעמען ארום דעם אויטא פון הגאון האדיר רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א, און זינגען מיט גרויס התרגשות דעם באקאנטן ניגון: "כי אורך ימים ושנות חיים..."
שארפע ארויסטריט פונעם ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א איבער די לעצטיגע ערשיינונג אין רעסטאראנטן אין אמעריקע וואו מען האלט אפ כסדר'דיגע סיום מסכתות אין די ניין טעג כדי צו קענען עסן פלייש.
די פיבערהאפטיגע הכנות דורכ'ן הכנסת אורחים אין בישטיניא, אוקריינא, זיך גרייטנדיג צו אנטפאנגען דעם פלייץ פון טויזנטער אידן וועלכע וועלן פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די ימים המסוגלים פון די ניין טעג.
ביי א סעודת הודאה וואס איז אפגעראכטן געווארן אין שטוב פון בנו של קדושים הרב אהרן שמואל מייזליש שליט"א מאוהעל, בהשתתפות א צאל גדולי ישראל, האט דער משגיח הגה"צ ר' דן סגל שליט"א אנגעוויזן אז דער בעכער פאר ברכת המזון איז נישט לויטן שיעור חזון איש. דער ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א טראכט נישט קיין צוויי און טוישט אליין אויס דעם בעכער מיט א גרעסערן מקיים צו זיין דעם לכתחילה'דיגן שיעור חזון איש.
האדמו"ר מאלכסנדר קוקט זיך אום ביי די העפטיגע בוי-ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי אלכסנדר אין בני ברק, שטייענדיג א וואך נאך די חגיגת הנחת אבן הפינה, ווען די בוי-ארבעט זעצט פאר אין פולן אימפעט.

שיין בילד פון האדמו"ר מבית חיים יהושע ביים זיך מתעטף זיין בטליתו, וויילנדיג אויף אפרו אין הילקרעסט עסטעיטס אין די קאנטרי.

א ברכת מזל טוב פאר ידידנו העומד לימיננו החתן שלמה לעבאוויטש הי"ו , לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

