האד' מתולדות אהרן וועט וויילן א פולע וואך אין בית שמש אויפצונעמען די חסידים תושבי העיר צום נייעם יאר
- לפני 10 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

לויט דעם נייעם סדר וואס איז איינגעפירט געווארן פאריאר חודש אלול וועט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אויך דאס יאר, וויילן דורכאויס א פולע וואך אין דער שטאט בית שמש, די וואך פ' כי תבוא און אויפנעמען די טויזנטער חסידים תושבי העיר און זייערע משפחות לקראת די ימי הרחמים והרצון.
אנדערש ווי אלע יארן ווען דער רבי שליט"א פלעגט פארן בערך 6-7 נעכט דורכאויס חודש אלול אויפנעמען די ציבור חסידים אין בית שמש, וואו עס איז פארהאן גאר א גרויסע מספר חסידי תולדות אהרן, מיט קרוב צו א מנין בתי מדרשים צושפרייט איבער די שטאט, און פינעף בתי מדרשים אין רמה ד' אליין, איז איינגעפירט געווארן דעם מהלך בכדי צו פארגרינגערן פארן רבי'ן שליט"א די טילטולא דגברא רבא פון דארפן ארויספארן פון ירושלים קיין בית שמש עטליכע נעכט נאכאנאנד, אז דער רבי וויילט דורכאויס א פולע וואך אין שטאט בית שמש אויפצונעמען תלמידיו וחסידיו, זייענדיג א פילפאכיגער פארגרינגערונג אינעם רבינ'ס סדר היום.
יעדער נאכט וועט דער רבי אויפנעמען די חסידים פון אנדערע שכונות לויט א ספעציעלן סדר, זונטאג אין רמה ד' 3, מאנטאג אין קרית הרמ"א, דינסטאג אין רמה ד' 1-2, מיטוואך אין גבעת ירושלים, און דאנערשטאג אין די נחלה ומנוחה געגענט.
באזונדער וועט דער רבי שליט"א אויסנוצן די געלעגנהייט צו באזוכן אין די ארטיגע מוסדות און ישיבות דחסידי תולדות אהרן אין בית שמש וואו דער רבי וועט וואונטשן די טייערע תלמידים צום נייעם יאר.






תגובות