top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זה היום קיווינו לו: היסטארישע מעמד פתיחת שערים וקביעת מזוזות פון נייעם קרית הישיבות דושינסקיא אין אלעד

לפני 23 שעות
זמן קריאה 5 דקות

דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

מיט רגשי גיל וחדוה איז פאריגן דאנערשטאג פייערליך געפראוועט געווארן די מעמד הנשגב קביעת מזוזות ופתיחת שערים פאר די בנינים אדירים פון די ישיבה הקדושה "בית יוסף צבי דושינסקיא" אינעם גיגאנטישן קרית הישיבה דושינסקיא אין שטאט אלעד, וועלכע ציעט אירע גלאררייכע המשכה בארץ הקודש שוין העכער 80 יארן נאכאנאנד כולן שוין לטובה, מיסדום פון צדיקי בית דושינסקיא זי"ע לדורותיהם און היינט צוטאגס בנשיאות ממלא מקומם כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.


אין די לעצטערע יארן ווען עס איז געווארן ניתוסף ספסלי דבי מדרשא מיט די ריבוי התלמידים בליעה"ר, ווען כיום פארמאגט שוין די ישיבה גדולה אליין קרוב צו 500 תלמידים בליעה"ר וועלכע לערנען תורה מתוך הדחק על טהרת הקודש, האט דער רבי שליט"א געזען פאר וויכטיג אהערצושטעלן א באזונדערע פערמענאנטע מקום רחבת ידים פאר די געברויך פון די ישיבה גדולה, אפגעזונדערט פון די רוישיגע גאס, נאכדעם וואס די ישיבה איז לאנגע יארן געווען סטאנצינירט אין ירושלים עיה"ק הארט נעבן דעם ביהמ"ד הגדול בית יוסף צבי דושינסקיא אין די אנדערע בניני המוסדות, זייענדיג א געוואלדיגע תועלת פאר די בחורי החמד.


מיט לערך פינף יאר צוריק איז בס"ד געלונגען אפצוקויפן א גיגאנטישע שטח אין שטאט אלעד, וואס זאל דינען אלס דער "קרית הישיבה דושינסקיא", וואס דערויף איז אויפגעבויעט געווארן א קאמפלעקס פון פיר גיגאנטישע בנינים אדירים מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס, בתי מדרשים, חדרי האוכל, כיתות לשיעורים, דארמעטאריס, מקוה מפוארה, אין צוגאב איז אהערגעשטעלט געווארן אינעם קאמפלעקס א ריזיגן חצר ווי די תלמידים זאלן זיך קענען אויסלופטערן אין די פרייע צייט, און א באזונדערע ביתו נאוה קודש פארן רבי'ן שליט"א בעת די אפטע ביקורי קודש פונעם רבי'ן שליט"א בתוככי הישיבה.


די גאנצע שטח האט מען אויסגעקויפט פון די ארטיגע שטאטראט בכדי נישט צו דארפן נהנה זיין ממקורות זרים כפי המסורה פון צדיקי בית דושינסקיא זצ"ל. די שטחים זעלבסט האט אפגעקאסט די אסטראנאמישער סומע פון דריי מיליאן דאלער און איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' שמואל דוד הערצאג שליט"א אייגענטומער פון די בארימטע 'קדם' וויין פירמע, ומעמודי התווך פון ק"ק דושינסקיא, וואס האט דערמיט זוכה געווען אז דער קרית הישיבה איז נקראת על שמו "קרית הישיבה חלקת השד"ה".


במשך די לעצטערע פאר יאר איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א צענדליגער מאל ארויסגעפארן קיין חוץ לארץ לטובת דאס אויפבוי פונעם היסטארישן פראיעקט, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט דאס ממש גענומען אלס אן אייגענע אונטערנעמונג צו זען די ערגענצטע הצלחה און אויפבוי פון די בניני הישיבה לשם ולתפארת.


דעם דאנערשטאג איז אין א מזל'דיגע שעה געפייערט געווארן די רירנדע מעמד "קביעת מזוזה ופתיחת שערים" פאר די "קרית הישיבה" מיט אלע אירע בנינים אדירים על תילה בני'. די סדר היום האט זיך אנגעהויבן מיט תפלת שחרית אינעם אלטן היכל הישיבה אין ירושלים עיה"ק, וואו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א איז ערשינען צו א דערהויבענע תפלת שחרית בצוותא חדא מיט די תלמידי הישיבות.


נאכן דאווענען, איז דער רבי שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש מעטוף בטליתו, און משמיע געווען רירנדע דברות קודש, ווען עטליכע מאל האט דער רבי שליט"א אויסגעבראכן אין א געוויין פון גרויס התרגשות, בתוך דבריו האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדריקט "לבי אומר לי אז היינט איז א גרויסע עת רצון ווען רבותינו הק' מייסדי הישיבה זענען זיך משתתף מיט אונז און זענען משפיע אויף די ווייטערדיגע הצלחה".


דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט, אז די נייע קרית הישיבות אין אלעד איז שוין די דריטע לאקאציע פון די לאנגיעריגע דושינסקיא ישיבה, אנגעהויבן פון חוסט אינדערהיים, דערנאך אין ירושלים און אצינד אין אלעד, זייענדיג אין א בחינה פון בית המקדש השלישי.


תיכף נאכן דברות קודש האבן די הונדערטער בחורים אינאיינעם מיט די מרביצי תורה ובראשם מלכם בראשם דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט קיין אלעד צום נייעם קרית הישיבות, ביים אנקומען האט מען צום ערשט מחנך געווען דעם מקום קדוש מיט א ספעציעלע סדר הלימוד פון צוויי שעות רצופות. עס זענען דערביי אויך אנוועזנד געווען די תלמידי ישיבות קטנות דושינסקיא פון איבער גאנץ ארץ ישראל.


בשעה 1 מיטאג איז דער נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ערשינען אינעם גיגאנטישן קאמפלעקס פונעם קרית הישיבה אין באגלייטונג פון אחיו הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א און דער נדבן הרבני הנגיד ר' שמואל דוד הערצאג שליט"א, און ארומגעאגנען אינערהאלב אלע געביידעס און פליגלען וואס געפינט זיך אינעם קרית הישיבה.


נאך די לענגערע שפאציר איבער אלע בנינים אינעם קרית הישיבה, איז דער רבי שליט"א ערשינען במלוא הדרו אין די היכלי הישיבות, ווי עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער בחורים תלמידי הישיבות וועלכע האבן געהאלטן אינמיטן די לימוד שעות רצופות, דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די תלמידים הקרויים בנים באטראכטנדיג מיט קורת רוח און הנאה זייער התמדה בלימוד התורה, און דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם חדר האוכל ווי די תלמידי ישיבות קטנות האבן אפגעראכטן די לימוד שעות רצופות.


דערנאך האט דער רבי שליט"א קובע געווען די מזוזה אויפן הויפט שער פונעם צענטראלן בנין וואס פירט צו די היכלי הישיבות, און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט''א צו קלאפן א מזוזה ביי דעם טויער פונעם היכל.


נאכן קביעת מזוזה האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט תפלת מנחה ברוב עם במעמד רבנן ותלמידיהון, זייענדיגע די סאמע ערשטע תפלה אינעם נייעם קרית הישיבות. נאך מנחה האט מען אינאיינעם געזאגט א ספעציעלע סדר מזמורי תהלים, וואס כ"ק אדמו"ר מהרי"ם מדושינסקיא זצ"ל האט מתקן געווען בעת מען האט מחנך געווען דער בנין הישיבה אין ירושלים, מיט אמירת תהלים איז נתכבד געווארן בנו בכורו פונעם רבי'ן, הגה"צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש הישיבה, וואס איז געווען דער רוח החיים פונעם גאנצן היסטארישן פראיעקט פונעם ערשטן טאג ביז איר באנייאונג.


באזונדער האט מען מוסיף געווען דריי מזמורי תהלים לרפואת מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש, און מען האט געמאכט א מי שברך לחולה.


דערנאך איז פארגעקומען די התרגשות'דיגע מעמד לחיים לרגל המאורע, וואס איז אפגעראכטן געווארן אינעם גיגאנטישן חצר פונעם קרית הישיבות, בראשות רבני ודייני ק"ק דושינסקיא, און אלע מנהלי מוסדות דושינסקיא ברחבי ארה"ק, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.


הרה"ג ר' אהרן נחמן טויסיג שליט"א משפיע בק"ק דושינסקיא אלעד האט געעפנט דעם מעמד, ווי ער האט ארויסגעברענגט די מסירת נפש פון צדיקי בית דושינסקיא מייסד צו זיין די ישיבה און מעמד זיין תלמידים הגונים על דרך ישראל סבא.


דערנאך האט מען מכבד געווען הגאון רבי זושא הורוויץ שליט"א אב"ד קהילות החסידים אין אלעד אויפצוטרעטן מיט דברי ברכה לרגל המאורע, ווי ער האט גאר שטארק משבח געווען די נייע אכסניא של תורה במקום מושבו אין אלעד, זאגענדיג, אז די קרית הישיבוה ווען זיין די 'מזוזה פון שטאט אלעד' און מגין זיין אויפן גאנצן שטאט.


דער רבי שליט"א האט געטרונקען לחיים, און דערנאך אויפגעטרעטן מיט דברות קודש בקול גדול מתוך רגש קודש, וואו ער האט זיך ווידעראמאל צעוויינט אינדערמיט פון גרויס התרגשות. דער רבי האט בתוך דבריו אונטערגעשטראכן די ווערטער פון זקינו מייסד הקהלה הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע בעת די חנוכה הבית פונעם בנין הישיבה אין ירושלים עיה"ק מיט העכער 80 יאר צוריק, און דערמיט האט דער רבי זיך אויסגעדריקט "מיטן אהערקומען דאהי אין אלעד פארלאז מיר נישט ירושלים, נאר מיר זענען ווייטער ממשיך די כח און קדושה פון ירושלים של מעלה דא אהער", און מסיים געווען די דברות קודש מיט ברכות לרוב.


נאך די דברות קודש האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין אויף די ניגון פון "קה זכות אבות יגן עלינו" און "בנה ביתך כבתחילה".


דערנאך האט מען געהערט די ווערטער פון הנגיד ר' שמואל דוד הערצאג שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות זיין געוואלדיגע זכות לעמוד לימין הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, און דערביי דערציילט איבער זיין קשר אמיץ וקשרי אבותיו צו די צדיקי בית דושינסקיא לדורותיהם.


נאך די ווערטער פונעם נדיב ר' שמואל דוד, האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן א אומשאצבארע מתנה פארן נדיב ר' שמואל דוד, די היסטארישע "סידור אוצר התפילות" וואס עס האט נאך געדאווענט דערינען זקינו הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל מייסד הקהלה, לאות הכרה פאר זיינע פולע לייסונגען פאר בית דושינסקיא במיוחד פארן זיין דער "הויפט נדיב" פונעם היסטארישן קרית הישיבה פראיעקט.


דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ, מיטן ניגון "בורא עולם בקנין". דערמיט האט זיך פארענדיגט די היסטארישע מעמד "פתיחת שערים" פארן קרית הישיבות, וואס וועט בעז"ה דינען אלס דער פאסיגער מקום תורה ממשיך צו זיין די גלאררייכע המשכה פון צדיקי בית דושינסקיא לדורותיהם עד ביאת הגואל.



תגובות


bottom of page