אלפי חסידים מיטגעהאלטן גרויסע רבישע חתונה אין הויפן פון צאנז - דזיקוב וויזניץ - מאקאווא - סטראפקוב
זונטאג פרשת ויצא • ה' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
געהויבענע שעה'ן פון התרוממות ודביקות של שמחה זענען אריבער ביי די חתונה הגדולה בשמחת בית צאנז - דזיקוב וויזניץ - מאקאווא - סטראפקוב וואס איז אפגעראכטן געווארן אינעם גיגאנטישן "היכל ראזענבערג" אין קרית מלך רב אין נתני', וואס איז במשך די גאנצע שמחה געווען מלא על כל גדותיו עד אפס מקום מיט טויזנטער חסידים ומעריצים פון אלע הויפן, וחסידים ברינה יגילו, בקול רנה ותודה והמון חוגג.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל לעמבערגער שליט"א רב ביהמ"ד כלל חסידי אין די רמה ד' געגנט אין בית שמש, זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה, זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א.
ביים מעמד קבלת פנים האט די גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א משמיע געווען דברות קודש כמנהגו, דער רבי האט אנגעהויבן מיט א פשעטיל אין די סוגיא פון קידושין, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי התעוררות וכיבושין זייענדיג מעורר זכות אבות און דערמאנט צרכי עמך בית ישראל המרובים.
נאכן באדעקן אינעם היכל הישיבה קטנה, איז מען ארויס צום חופה תחת כיפת השמים. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, עדי קידושין זענען געווען הגאון רבי שלום אייזנבערגער דומ"ץ צאנז ירושלים, און הגאון רבי אברהם אליהו געלבער שליט"א ראש כולל דזיקוב וויזניץ, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ גאב"ד קרית הבעל שם טוב שליט"א, ברכות ראשונות דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א. דאן האבן די זיידעס האדמורי"ם מצאנז, דזיקוב וויזניץ און סטראפקוב מאציל געווען מברכותיהם לכל הקהל הקודש און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
אום צען אזייגער האט די ציבור האלפים אויסגעבראכן מיט א פייערליכן געזאנג "קול רינה וישועה באהלי צדיקים", ביים ענטפאנגען דעם צאנזער רבי'ן שליט"א צו די שמחה, נאך עטליכע מינוט זענען ערשינען די אנדערע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און מען האט זיך ווידער ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין, א קורצע צייט דערויף איז דער חתן ערשינען אין זאל און געטאנצן מיט אלע פיר זיידעס האדמורי"ם שליט"א. א שיינעם מחול לצדיקים איז געשאפן געווארן ווען דער רבי איז געטאנצן מיט זיינע דריי שוואגערס חתני דבי נשיאה, גאב"ד קרית צאנז ירושלים, גאב"ד קרית הבעש"ט, און הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אב"ד צאנז בני ברק.
נאכן טאנצן האט דער צאנזער רבי צום ערשט אפגעראכטן א שולחן לחיים און געוואונטשן כל הקהל הקודש, דערנאך האבן זיך די אדמורי"ם געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים כנהוג.
במשך די שמחה האבן זיך באטייליגט פילע אדמו"רים ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם מפיטסבורג, נדבורנה חיפה, גארליץ, ברעזאן, הגאון רבי יצחק אזרחי שליט"א מראשי ישיבת מיר, המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב מחותן משני הצדדים, דער רב הראשי הגאון רבי קלמן בער שליט"א, הגה"צ רבי ישראל ברזבוסקי אב"ד סלונים ביתר, הגה"צ רבי משה קאהן אבד"ק תולדות אהרן טבריה, הגה"צ רבי בן ציון מייזליש אבד"ק קרית באבוב בת ים, און די פעטער'ס הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, אבד"ק מאור חיים, ראש ישיבת וויזניץ, אבד"ק קארלין סטאלין ביתר, אבד"ק קרעטשניף, ראש ישיבת פיטסבורג, און הגה"צ רבי חיים צבי שפירא שליט"א ראב"ד מחזיקי הדת בעלזא, אזוי אויך פילע אישי ציבור צווישן זיי ר' מאיר פרוש, ר' מאיר רובינשטיין מעיאר פון ביתר, און ר' אברהם סלאמע מעיאר פון נתניה, אזוי אויך א דעלעגאציע פון די הנהלה פון די לאניאדו שפיטאל אינאינעם מיט הויעכראנגיגע פראפאסערן.
מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי חיים צבי שפירא שליט"א ראב"ד מחזיקי הדת בעלזא, מיט די ברכות ראשונות דער פעטער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער פעטער הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא.
תיכף נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום מעמד המצווה טאנץ, ווען בדחנא דמלכא ר' ישראל אברהם שענק הי"ו מחשובי חסידי צאנז פון חיפה האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברי חרוזין זייענדיג מעורר זכות אבות.
צום ערשט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות לבית וויזניץ, און כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש כהכנה דרבה, וואו דער רבי האט בתוך דבריו משבח געווען די צאנזע עסקנים וואס האבן אזוי שיין צוגעשטעלט די שמחה, און די מלאך העומד על גבם דער רבי שליט"א, דאן האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה, און דערנאך מיט די חתן און מחותנים און א באזונדערע מחול לצדיקים מיט די זיידעס האדמורי"ם מצאנז און סטראפקוב. דערנאך האט דער סטראפקובער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה, און דערנאך איז דער זיידע גאב"ד מאקאווא.
דאן האט מען צוגעטרויטן צום קלימאקס, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דער צאנזער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין זייענדיג מפזז ומכרכר געווען לקראת הכלה בעוז ותעצומות אויפ'ן מקובל'דיגן ניגון, וואס האט אנגעצינדן די הערצער פון די טויזנטער חסידים, דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט'ן חתן, און דערנאך אן עקסטערן ריקוד מיט זיין זון דער מחותן אבד"ק קרית צאנז טבריה, דערנאך מיט די אנדערע זיידעס און מחותנים.
דאן איז דער רבי געטאנצן א עקסטערע ריקוד לפני הכלה מיט זיינע שוואגערס הרבנים, דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט זיינע פיר זון הרבנים הגאונים הצדיקים אין א פייערדיגע ריקוד, און דערנאך מיט אלע אייניקלעך זרע ברך ה', ווען דער רבי איז אריין אינעם רינג פון די אייניקלעך די ילדי חמד.
צום לעצט זענען געטאנצן די מחותנים און חתן לפני הכלה און צום שלוס האט מען געזינגען דעם ניגון "אין כאלוקינו" כמנהג צאנז, עס איז שוין געווען אום דריי אזייגער אויפדערנאכט ווען מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און די חסידים האבן זיך צושפרייט למקומות מושבותיהם מיט געהויבענע געמיטער נאכן מיטלעבן אזעלעכע געהויבענע שעות פון שמחה והתעלות.




























































































תגובות