גרויסארטיגע אסיפת גדולי הרבנים לרגל התייסדות פונעם פרישן "סטרייוו" לאקאל אין ברוקלין
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם זונטאג איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגע "אסיפת הרבנים" צום גרינדונג פון א פרישן סטרייוו לאקאל אין ברוקלין, מיט באזונדערע מומחים, וועלכע פארמגן א נאנטן קשר מיט די רבני ודייני העיר.
"סטרייוו" וועלכע האט פאר לאנגע יארן אפערירט אלס "רידזשענאל ביקור חולים", האט מיט דריי יאר צוריק אונטערגענומען א ברייטע פארגרעסערונג, מיט'ן ציל אויסצוברייטערן אירע פליגלען און דערגרייכן נאך טויזנטער אידישע קינדער וועלכע דארפן הילף אין דעם מענטל העלט פעלד. דורכאויס די יארן האבן זיך פארמערט די צאל רופן וואס האט ארויפגעברענגט די וויכטיגקייט פון האבן באזונדערע אפיסעס פאר יעדן שטאט בעסער צו קענען זיך אפגעבן מיט די אומצאליגע אריינרופער מיט א לאקאלע אפיס ספעציעל פאר יעדן שטאט.
מיט ארום אנדערהאלבן יאר צוריק איז געעפנט געווארן דער מאנסי'ער לאקאל, נאך די דירעקטע בקשה פון די רבני העיר, און אצינד האבן זיך געוואנדן רבנים ודיינים פון ברוקלין אז ס'איז הגיע הזמן צו עפענען דא א לאקאל צו האבן א צוזאמארבעט מיט'ן פולסטן פארשטאנד דורך די געטרייע מומחים.
לרגל דעם פריידיגן תקופה פונעם עפענען דעם ברוקלין לאקאל, איז פארגאנגענעם זונטאג אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגע "אסיפת הרבנים" בבית הגה"צ רבי דוד לייב פישער שליט"א, דומ"ץ פאפא, וואו עס האבן זיך פארזאמלט רבנים, דיינים ומורי הוראות, פון אלע גרעסערע קהלות קדושות, און עסקנים וועלכע זענען אינוואלווד אין דעם פעלד פון מענטל העלט.
מ'האט געגעבן פאר די רבנים א נאנטן אריינבליק אין די אנטוויקלונגען אינעם פעלד, און אויסגעארבעט וויאזוי מ'קען נאך בעסער דערגרייכן יעדן איינציגן איד וואס דארף הילף.
אלס יושב ראש האט געדינט הרה"ג רבי יונתן בנימין שטערן שליט"א, ראש ישיבת שער נפתלי אין טשעסטער, וועלכער האלט מיט די פעולות פון סטרייוו פון דער נאנט.
אויפ'ן פלאץ האט אויפגעטרעטן דער גרינדער און מנהל המוסד הרב אשר מענדל כהנא שליט"א, וועלכער שטייט שוין בראש פון דעם מוסד פאר 14 יאר בלב ונפש און האט איבערגעדרייט יעדע שטיינדל אין וועג אנצוקומען וואו מ'שטייט היינט. הרב אשר מענדל האט מיט הארץ ארויסגעברענגט די שווערע אחריות וואס ליגט אויף די פלייצעס פון דער ארגאניזאציע, און די פלענער אויפ'ן טיש פאר'ן עתיד.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי זושא אויש שליט"א דומ"ץ וואלקאן ודיין לעניני רפואה בק"ק סאטמאר, וועלכער האט פארגעשטעלט פאר די דיינים וויאזוי מ'קען דערקענען ביי א שואל אז אונטער זיין פראגע באהאלט זיך מעגליך א שווערער מצב, וואס דארף פראפעסינאלע הילף און פאדערט א באזונדערע אויפמערקזאמקייט.
מיט גרויס אינטערעסע האבן די רבנים אויסגעהערט דעם באריכט פונעם בארימטן מומחה עצום מו"ה ר' מנחם ישעי' לעווי הי"ו, דירעקטאר פון סטרייוו, וועלכער האט אויפגעבויט אן אויסערגעווענליכע קענטעניש אין דער פראפעסיאנאלער וועלט פון מענטל העלט. ארויסהייבנדיג אז אין דעם פעלד דארף מען פארשטיין וועלכער פראפעסיאנאל איז דער פאסיגער פאר דעם ספציפישן אנפרעגער.
מיט זיין ברייטן פראפעסיאנאלן וויסנשאפט, און פארצווייגטע פארבינדונגען אין עולם הרפואה האט ער ארומגענומען דעם אייגנארטיגן מהלך פון סטרייוו; פון דער ערשטער עוועליועישן, איבער'ן גענויען צאמשטעל מיט'ן ריכטיגן פראפעסיאנאל, ביז'ן נאנטן באגלייטן דעם קעיס און זיכער מאכן אז מ'באקומט טאקע די פאסיגע הילף כל אורך הדרך.
ביי דער געלעגנהייט האט ער פארגעשטעלט דעם ברוקלין אסיסטענט דירעקטאר מו"ה ר' משה פריעדמאן הי"ו בן הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א, וועלכער איז שוין אין די לעצטערע צייט באקאנט געווארן מיט זיין וויסנשאפט און פלייסיגע ארבעט לטובת אלע וואס ווענדן זיך צו סטרייוו, און וועט דינען אלס פירער פון דעם פרישן לאקאל אין ברוקלין.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דק"ק סאטמאר, וועלכער האט ארומגערעדט איבער די פארשידענע שאלות להלכה וואס קומען פאר אין מענטל העלט קעיסעס, און די וויכטיגקייט אז רבנים זאלן זיין באקאנט מיט די מציאות הדברים, כדי צו קענען מכריע זיין שאלות וואס קומען אויפ'ן טיש.
א באזונדערע מאמענט איז געווען די רעדע פון דער באקאנטער וויליאמסבורגער עסקן ומומחה נפלא מו"ה אביגדור משה (אבי) מענדלאוויטש הי"ו, וועלכער האט געשילדערט דעם מצב אין די ספעציעלע שפיטאל אפטיילונגען, וואו היימישע אידן דארפן ליידער צוקומען.
ער האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט, און די פעולות וואס ווערן ב"ה געטון, צו מאכן די הילף מער צוטריטלעך און באקוועם פאר'ן היימישן ציבור, און מיט ווארעמע ווערטער ארויסגעהויבן די אומשאצבארע הילף פון סטרייוו, סיי ביי שפיטאל-קעיסעס און סיי אינעם ריהעב פראצעדור.
די אסיפה האט איבערגעלאזט א טיפן רושם וואס עפנט אויף א פרישן עפאכע פון פארמערטע צוזאמענארבעט צווישן די רבנים, עסקנים און די מומחים פון סטרייוו, שטייענדיג ביי אזא מיילשטיין ביים מייסד זיין דעם פרישן לאקאל אין ברוקלין.
תושבי ברוקלין נעמען אויף מיט גרויס פרייד די היסטארישע אנטוויקלונגען פון א נייע געלעגנהייט אז קיין איין איד זאל נישט דארפן בלייבן אליין מיט זיין ווייטאג. סטרייוו שטייט גרייט מיט זייערע בארימטע מומחים אין דעם פעלד פון מענטל העלט ארויסצונעמען יעדן וואס דארף צוקומען דערצו פון דעם טונקעלן טונעל ביז צום שיינענדיגן ליכטיגקייט בסייעתא דשמיא!




















תגובות