חסידי לעלוב אין אמעריקא מיטגעפריידט ביי שמחת החתונה פון אייניקל ביי האד' מלעלוב פארגעקומען אין בארא פארק
דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
לעלובער חסידים אין אמעריקא האבן דעם מאנטאג מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת הנישואין במעונו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך קיין ניו יארק לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון נכדתו הכלה, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' ברוך שפיטץ שליט"א, זון פון הגה"צ רבי אהרן טובי' שפיטץ שליט"א גאב"ד סערט וויזניץ לעיקוואד, מיטן חתן, א זון פון הרה"ג ר' יואל פישער שליט"א, ר"מ בישיבת פאפא, זון פון הגה"צ הגה"צ ר' אלי' מרדכי פישער שליט"א ממאטערסדארף און איידעם פון הגה"צ רבי הערשל אויש שליט"א אבד"ק וואלקאן.
די חתונה איז פארגעקומען אין די לעגעסי זאל אין בארא פארק, בהשתתפות הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, און פילע געסט וואס זענען געקומען צופארן פון ארץ ישראל מיטצוהאלטן די שמחה ביים רבי'ן אין הויף.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע הגה"צ אב"ד וואלקאן שליט"א, קריאת הכתובה די זיידע הגה"צ אב"ד סערט וויזניץ שליט"א, די ברכות ראשונות איז צוטיילט געווארן צווישן דער זיידע הגה"צ רבי אלי' מרדכי פישער ממאטערסדארף און נאך קרובי המשפחה, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, נאך דער חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ לכבוד המאורע.
ביים שמחת החתונה האבן די ריקודין אנגעהאלטן לענגערע שעה'ן בעת דער רבי שליט"א איז אראפ טאנצן אין צענטער פונעם זאל זייענדיג מעודד די ריקודין מיט גרויס התלהבות, בפרט טאנצנדיג אויף די פרייליכע לעלובער ניגונים. א באזונדערע מחול לצדיקים איז געשאפן געווארן צווישן דעם לעלובער רבי'ן שליט"א מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, בשעת די ריקודין איז א גרויסער ציבור דורך אפגעבן מזל טוב.
ביים חתונה האבן זיך אנגעזען פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם מוויזניץ ירושלים, וויזניץ בארא פארק, לעלוב, סקאליע, דזיקוב וויזניץ ב"פ, אמשינאוו ארה"ב, שעניצא, סטרעטין, הרבנים מסאדאוונא, נחלת ישראל, נאסאד, סאטמאר ירושלים, סיגעט, קאסוב לעיקוואד, ראש ישיבת מונקאטש, דומ"ץ טאהש און נאך.
דער הויכפונקט איז געווען ביים מצווה טאנץ ווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין עילאין מיט אן אש קודש, וואס האט געהויבן דעם ציבור חסידים ומעריצים אין די העכערע ספערן.

























תגובות