היסטארישע "סידור הישועות" פון הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע בקודש פנימה ביי האד' מפשעווארסק
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

התרגשות'דיגע מאמענטן האבן זיך נעכטן אפגעשפילט בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען, ווען כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א פון בארא פארק האט באזוכט ביים רבי'ן מיט'ן וואונדערליכער "טשענגער סידור", שטייענדיג אויפצומארגנס פון די הילולא קדישא פונעם מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וואס איז אויסגעפאלן דעם זונטאג.
דער רבי שליט"א וועלכער האט זיך געפונען על אם הדרך אויפן וועג אהיים פונעם יארצייט אין טשענגער, האט אפגעשטאט א קורצע באזוך אין אנטווערפען, וואו דער רבי שליט"א האט זיך משתתף געווען ביי א שבע ברכות וואס דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט אפגעראכטן לכבוד די חתונה פון אן אור אייניקל, וואו דער גאליצער רבי שליט"א איז געווען א פעטער ביי די שמחה.
נאכן שבע ברכות האט דער רבי שליט"א אריינגעטראטן צום פשעווארסקער רבין די היסטארישע סידור האר"י אין וואס עס האט געדאווענט דער מנוחת אשר, און איז מקובל פון צדיקים אז ס'איז מסוגל פאר ישועות ורפואות. דער סידור האט הרה"ק רבי מאיר'ל פרמישלאנער זי"ע געלאזט שרייבן אלס א מתנה פאר'ן הייליגן מנוחת אשר זי"ע , און ביי אט דער סידור, וואס איז היינט אין באזיץ ביים אייניקל דער גארליצער רבי'ן, זעען אומצאליגע אידן אותות ומופתים בלי הרף.
דער רבי האט דאס איבערגענומען מיט א חרדה עילאה, און מעיין געווען דערין מיט גרויס חביבות, בעת דער גארליצער רבי האט דערציילט פארן רבי'ן די השתשלות הענינים פונעם סידור, און געצייגט פילע די פילע קוויטלעך און הזכרות וואס גדולי ישראל במשך השנים האבן פאראייביגט אינעם סידור.
עס איז דערביי ארומגעשמועסט געווארן בשגב קדושתו פונעם הייליגן טשענגער רב זי"ע וואו דער פשעווארסקער רבי האט מוסיף געווען מדיליה א שלל פון סיפורי קודש און הפלגות וואס די גדולי דורו האבן זיך אויסגעדרוקט אויף אים.












תגובות