ברוך הבא: האד' מסאדיגורא באזוכט אין שטאט מאנטריאל לרגל א משפחה שמחה
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
די וואך האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אפגעראכטן א בליץ-באזוך קיין מאנטריאל קאנאדע, צו באשיינען די חתונה פון אן אייניקל פון זיין שווער הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א אבד"ק אהל יעקב אנטווערפען.
מיטוואך נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד אויף א קורצן אפשטעל, וואו א שיינעם ציבור חסידים איז ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן. אינעם לופטפעלד האט מען געדאווענט מנחה, און דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן א שלחן לחיים לכבוד ראש חודש. שפעטער, נאך מעריב, האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען די נסיעה און זיך געהויבן קיין מאנטריאל.
דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין זיין אכסניא, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' רפאל הערצאג, מחשובי חסידי בעלזא אין שטאט, וועמענ'ס שטוב איז שוין לאנגע יארן א בית ועד לחכמים. נאכן דאווענען איז דארט פארגעקומען א מעמד קבלת פנים, וואו ס'האבן זיך משתתף געווען די דיינים פון די בעלזער קהילה אין מאנטריאל, האדמו"ר משאץ מאנטריאל, האדמו"ר מטריסק מאנטריאל, און נאך רבנים ואנשים חשובים פון שטאט. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש, און דערנאך איז מען אריבער שלום נעמען.
שפעטער אין טאג, בעת די זמני כניסה, איז אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין צום רבי'ן, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א וואו עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס איבער די קשרי ידידות צווישן הרה"ק בעל אמרי חיים מוויז'ניץ זי"ע און די צדיקי בית רוזשין.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך אין שטוב פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי יונתן בנימין ווייס שליט"א, גאב"ד מאנטריאל, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן ביותרת הכבוד, און עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס.
שפעטער ביינאכט האט דער רבי שליט"א זיך משתתף געווען ביי די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביים שווער, הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א. די כלה איז א טאכטער פון זיין זון הרה"ג רבי ברוך שטערנבוך שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אב"ד דזשיבוי מאנטריאל שליט"א, מיט'ן חתן, אן אייניקל פון הגאון הגדול גאב"ד לאנדאן שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ רבי אהרן שמואל פאדווא שליט"א, מו"ץ וראש הכולל סאטמאר בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ רבי לייב פישער שליט"א, אב"ד לב הארי.
דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די גאנצע חתונה מרישא ועד גמירא, און האט באשיינט בראש המסובים, אינאיינעם מיט די חשוב'ע מחותנים און זיידעס הרבנים שליט"א. בשעת די ריקודין האט דער רבי שליט"א געטאנצן מיט'ן חתן, און באזונדער מיט'ן שווער הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א, אבד"ק אהל יעקב אנטווערפן, און מיט'ן זיידן הגה"צ אב"ד דזשיבוי שליט"א. שפעטער האט דער רבי אפגעראכטן א פייערדיגן טאנץ מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, וועלכער האט זיך אויך משתתף געווען ביי די שמחה.
דער רבי שליט"א איז פארבליבן אויף שבת אין מאנטריאל, וואו ער האט מיטגעהאלטן דעם שבת שבע ברכות בקרב המשפחה. די תפילות דורכאויס שבת האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין זיין אכסניא, בבית הנגיד רבי רפאל הערצאג. שבת אינדערפרי האט דער רבי אפגעראכטן א קידושא רבא, און אויך שלש סעודות איז אפגעראכטן געווארן אין די אכסניא, וואו א גרויסער ציבור תושבי העיר האט זיך צוזאמגענומען מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם שלחן הטהור בעידן רעוא דרעוין. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, און דער רבי שליט"א האט געזאגט ויתן לך צוזאמען מיט'ן עולם, און דערנאך משמיע געווען קורצע אמרי קודש.
מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שבע ברכות בבית האכסניא, לכבוד די שמחה במעונו פונעם שווער. שפעטער האט דער רבי שליט"א באזוכט אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מעכיל ראזענבערג, ראש הקהל צאנז און א תומך נלהב פון די מוסדות.
זונטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין די אכסניא, און דערנאך זענען די מתפללים פונעם רבי'נס מנין און די תושבי המקום אריבער זיך געזעגענען, איידער דער רבי האט ממשיך געווען זיין נסיעה קיין ניו יארק, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן דורכאויס די וואך בקרב חסידיו צווישן די שטעט.

















תגובות