תושב וויליאמסבורג לעבן מיט געהויבענעם שבת ביי כ"ק אדמו"ר ממבקשי השם שליט"א
פרייטאג פרשת תולדות • ג' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פילצאליגע תושבי וויליאמסבורג האבן פארלאפענעם שב"ק פ' חיי שרה זיך מסתופף געווען ביי כ"ק אדמו"ר ממבקשי השם שליט"א, וועלכער האט געוויילט אויף שב"ק אין די שטאט, און אידן האבן זיך דערווארעמט ביי די תפילות און טישן וואס זענען אפגעראכטן געווארן אין די זאלן "גינת אסתר".
די פארלאפענע וואך האט דער רבי שליט"א געוויילט אין וויליאמסבורג, וואס איז אויסגענוצט געווארן דורך פילע אידן צו קומען מקבל זיין מברכותיו און צו הערן די דרשות מיט וואס דער רבי שליט"א איז נתכבד געווארן בהיכלי הישיבות והכוללים.
במשך די וואך האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט באזוכן ביי די גדולי רבני העיר שליט"א, צווישן זיי ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א און נאך, וואו עס זענען אומעטום פארפירט געווארן שיינע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
דער הויכפונקט איז געווען דער געהויבענער שבת וואס דער רבי שליט"א האט געפראוועט, וואס האט צונויפגעברענגט פילע תושבי העיר אין די זאלן פון "גינת אסתר", וואס זענען געווען איבערגעפולט מיט אידן וואס האבן מיטגעהאלטן די תפילות און טישן פונעם רבי'ן שליט"א.































תגובות