top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויקרא שמו בישראל: שמחת הברית לנכד כ"ק אדמו"ר מראפשיץ סטיטשין שליט"א

לפני 10 שעות
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שמואל וואלפסאן

אין ביהמ"ד הגדול דקהל ראפשיץ סטיטשין אין בארא פארק, איז דעם דינסטאג פארגעקומען די שמחת הברית לבן הנולד ביי הרבני החסיד רבי חיים יצחק ענגלענדער הי"ו, זון פון הנגיד החסיד ר' פנחס נפתלי ענגלענדער שליט"א, זון פון הנגיד החסיד ר' אלי'ש ענגלענדער שליט"א, און אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מראפשיץ סטיטשין שליט"א.


בראש השמחה האט מפאר געווען די חשובע גאסט כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן קיין ניו יארק צו באשיינען די שמחה. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, און מיט די ברכות איז מכבד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מראפשיץ סטיטשין שליט"א, וועלכער האט א נאמען געגעבן דאס קינד משה, נאך זיין שווער דער משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל.


נאכן ברית איז פארגעקומען די סעודת מצוה  אין בימה"ד, וואו דער מאחנובקא בעלזא רבי האט מיטגעהאלטן די סעודה און זיך צוגעהערט צו די דברי תורה פונעם זיידן האדמו"ר מראפשיץ סטיטשין שליט"א. צום שלוס איז דער רבי שליט"א מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס, און דערנאך זיך צוריקגעקערט לבית האכסניא אין שטוב פונעם בעל שמחה הנגיד ר' חיים יצחק ענגלאנדער הי"ו.


תגובות


bottom of page