שיינעם שבע ברכות צוגעשטעלט דורך האד' מפשעווארסק לרגל חתונה פון אור-אייניקל בריחוק מקום אין מאנטשעסטער
עודכן: לפני 7 שעות
דאנערשטאג פרשת ויצא • ט' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שרוליק ק, JDN
דעם מאנטאג אויפדערנאכט האט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אפגעראכטן א הערליכע שבע ברכות בביתו נאוה קודש אין אנטווערפן לכבוד די חתונה פון אן אור-אייניקל וואס איז פארגעקומען בריחוק מקום אין מאנטשעסטער, ענגלאנד, דער חתן איז א זון פון הרה"צ ר' יוסף קאהן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' משה קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אהרן, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, מיט די כלה א אור אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' אלישע האלבערשטאם שליט"א פון מאנטשעסטער.
די שבע ברכות איז פארגעקומען אינעם היכל נחלת יעקב שעל יד ביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן, ווי עס האבן מיסב געווען יא די משפחת המלוכה נכבדי העדה ובראשם דער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער האט מיטגעהאלטן די שמחה בנהירו עילאה מלובש בבגדי שבת. במשך די שמחה האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דעם רבי'נס איידעם הרה"צ רבי יוסף מאיר ראזענבערגער שליט"א, און מ'האט געהערט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן וכלה דורכ'ן משמח אלוקים ואנשים הר"ר הערשל גראס הי"ו. מיט'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דער זיידע, הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, און דער רבי זעלבסט האט געזאגט די שבע ברכות.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה אלס השלמה צו די חתונה, וואו ער האט זיך נישט געקענט משתתף זיין פערזענליך. און דערנאך געטאנצן באזונדער מיט'ן חתן און מחותנים און זיידעס.





























תגובות